הרבֿ משה לעווין צינדט אָן די חנוכּה־ליכט אין דער מאַנאַמער שיל מיטן באַכריינער קיניג, כאַמאַד בין איסאַ אַל־כאַליפֿאַ
הרבֿ משה לעווין, איינער פֿון די פֿאַרוואַלטער בײַ דער „קאָנפֿערענץ פֿון אייראָפּעיִשע רבנים‟, האָט מאָנטיק, דעם 7טן דעצעמבער, אָנגעצונדן חנוכּה־ליכט צוזאַמען מיטן באַכריינער קיניג, כאַמאַד בין איסאַ אַל־כאַליפֿאַ, אין דער אָרטיקער שיל. דערנאָך האָט דער קיניג פֿאַרבעטן די ייִדישע דעלעגאַציע אויף אַ ספּעציעלן מאָלצײַט אין זײַן פּאַלאַץ. דער פֿאָרשטייער פֿון דער רבנישער אָרגאַניזאַציע האָט איבערגעגעבן, אַז אַזאַ אונטערנעמונג איז צום ערשטן מאָל פֿאָרגעקומען אינעם ראַיאָן פֿונעם פּערסישן אײַנגוס.
בערך 50 ייִדן און נישט ווייניק נײַגעריקע מוסולעמענער האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין דער שיל, צוזאַמען מיטן קיניג; אויפֿן „יוטוב‟ איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ ווידעאָ, וווּ לעווינס צינדט אָן די ליכט און זינגט דעם באַקאַנטן פּיוט „מעוז צור‟.
אין דער פּרעסע האָט מען איבערגעגעבן, אַז דער רבֿ האָט דערקלערט דעם אַראַבישן מלך, אַז אַ ביסל ליכטיקייט איז מסוגל צו פֿאַרטרײַבן אַ סך פֿינצטערניש, און האָט פֿאַרגליכן באַכריין צו אַ „קליין ליכטל‟ אין דער פֿינצטערער וועלט פֿון איסלאַמישן פֿונדאַמענטאַליזם.
די „קאָנפֿערענץ פֿון אייראָפּעיִשע רבנים‟ איז אַ גרויסע אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאַראייניקט מער ווי 700 מנהיגים פֿון אָרטאָדאָקסישע שולן אין אייראָפּע. לעווין, איינער פֿון די אַסאָציאַציע־פֿירער, דינט ווי אַן עצה־געבער אינעם פֿראַנצויזישן הויפּט־רבנות. ער איז אָנגעקומען קיין באַכריין מיטן אימאַם כאַסאַן שאַלגומי, וועלכער פֿירט אָן מיט אַ מעטשעט לעבן פּאַריז און געפֿינט זיך אין נאָענטע באַציִונגען מיט דער ייִדישער קהילה. מאַנאַמע, די באַכריינער קרוינשטאָט, איז אַ זעלטענע שטאָט אינעם אַראַבישן ראַיאָן אַרום דעם פּערסישן אײַנגוס, וווּ עס שטייט אַ שיל, וואָס דער אָרטיקער ייִדישער פּאָליטיקער אַבֿרהם־דוד נונו האָט זי רעמאָנטירט אינעם יאָר 2006.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.