גאַבי אַבראַמאַץ, אַ באַקאַנטע קראָאַטישע ייִדיש־אַקטיוויסטקע פֿונעם זאַגרעבער ייִדיש־קרײַז און די גרינדערין פֿונעם אָרטיקן „סאָקראַט־אינסטיטוט פֿאַר שפּראַכן‟, וואָס לייגט פֿאָר לימודים, צוגרייטן איבערזעצונגען פֿון פֿאַרשיידענע אייראָפּעיִשע לשונות, אַרײַנגערעכנט ייִדיש, האָט נישט לאַנג צוריק באַזוכט קובע און פֿילמירט דאָרטן אַ ווידעאָ־שמועס מיט אַ ייִדיש־רעדנדיקער פֿרוי.
בעת איר נסיעה, האָט אַבראַמאַץ זיך באַטייליקט אין אַ לינגוויסטישער קאָנפֿערענץ. בלויז איין מאָל האָט זי באַזוכט דעם האַוואַנער ייִדישן צענטער. אויף דער קאָנפֿערענץ האָט זי גערעדט וועגן העברעיִש און פּראָיעקטן פֿון שפּראַך־אויפֿלעבונג. קיין ייִדיש־רעדער האָט זי, לויט אירע ווערטער, נישט געחלומט דאָרטן צו טרעפֿן. אינעם ייִדישן צענטער, האָט איינער אַ קובאַנער מיטן נאָמען פֿידעל באַבאַני זי באַקענט אין קורצן מיט דער געשיכטע פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה.
דערנאָך האָט אַבראַמאַץ זיך געטראָפֿן אין דער ייִדישער ביבליאָטעק מיט דער וויצע־פּרעזידענטין פֿונעם האַוואַנער ייִדישן צענטער, וועלכע האָט אָנגעהויבן שמועסן אויף ייִדיש, ווען זי האָט זיך דערוווּסט, אַז די גאַסטין פֿון קראָאַטיע אינטערעסירט זיך מיט דער ייִדישער שפּראַך און לאַדינאָ — דאָס טראַדיציאָנעלע לשון פֿון די ספֿרדים, וואָס באַטרעפֿן אַ ממשותדיקן טייל פֿון דער קובאַנער ייִדישער באַפֿעלקערונג.
מיט צוויי יאָר צוריק, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ סעריע רעפּאָרטאַזשן פֿון אונדזער מיטאַרבעטער יואל מאַטוועיעוו, וועלכע האָט זיך געטראָפֿן מיט עטלעכע ייִדיש־רעדער אין דער האַוואַנער אָרטאָדאָקסישער שיל „עדת־ישׂראל‟.
אַדרבה, אין האַוואַנע קאָן מען טרעפֿן גענוג ייִדן, וואָס רעדן אויף אַ גוטן ליטעראַרישן ייִדיש און האָבן זיך אַמאָל געלערנט אין דער אָרטיקער וועלטלעכער ייִדישער שול. די ישׂראלדיקע טוריסטן פֿונעם עלטערן דור שמועסן אויף ייִדיש מיט די אָרטיקע שיל־מתפּללים. דער אָרטיקער ייִדישער פּאָעט אליעזר אַראָנאָווסקי האָט געווידמעט אַ גאַנצע פּאָעמע אויף איבער 100 זײַטן דעם קובאַנער נאַציאָנאַלן העלד און רעוואָלוציאָנער כאָסע מאַרטי. אַראָנאָווסקי איז געווען אַ מיטגרינדער פֿון דער ערשטער אָרטיקער ייִדישער שרײַבער־גרופּע „יונג־קובאַ‟. שפּעטער האָט ער זיך באַשעפֿטיק אינעם שאַפֿן די אָרטיקע קובאַנער ייִדישע צײַטונג „האַוואַנער לעבן‟.
דער דאָזיקער פּאָעט איז געווען פֿאַרליבט אין קובע און האָט געווידמעט דעם דאָזיקן לאַנד גאַנצע זאַמלונגען לידער. אַן אַנדער ייִדיש־קובאַנער שרײַבער, אַבֿרהם־יוסף דובעלמאַן, האָט אָנגעשריבן אַ גאַנץ בוך וועגן די אָרטיקע טשיקאַוועסן, ווי די קובאַנער כּישוף־דאָקטוירים. נאָך דער רעוואָלוציע, זענען ס׳רובֿ קובאַנער ייִדן אַוועקגעפֿאָרן, הגם זיי האָבן דאָרטן קיינמאָל נישט געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם. די עיקר־סיבות פֿון עמיגראַציע זענען געווען עקאָנאָמישע און פּאָליטישע אומרויִקייט. פֿונדעסטוועגן, בלײַבט דאָס אינדזל־לאַנד אַ טייל פֿון אונדזער ייִדיש־קולטור און צו טרעפֿן דאָרטן אַ ייִדיש־קענער איז דווקא נישט קיין גרויסער חידוש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.