נישט יעדער פּירסום איז גוט

There is Such a Thing as Bad Publicity


פֿון נח באַרעראַ

Published December 11, 2015, issue of January 08, 2016.

ווי מע האָט לעצטנס געזען, איז די טעמע פֿון געוועזענע חסידים זייער אַ פֿאַרכאַפּנדיקע צווישן דעם ברייטן עולם. מיר, נישט־חרדים, זענען, פֿאַרשטייט זיך, נײַגעריק צו וויסן וועגן זיי (וועמענס לעבנס־שטייגער איז זייער אַנדערש פֿון אונדזערן), וועלכע האָבן באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן זייערע קהילות און דערצו נאָך צו מאַכן אַן איבערגאַנג אין דער סעקולערער וועלט. אָבער צוליב דעם סענסאַציאָנעלן צוגאַנג פֿון דער מעדיאַ, ווערט די חרדישע וועלט אָפֿט מאָל אַן אָביעקט פֿון אָפּחוזקן, און די געשיכטעס פֿון די געוועזענע חסידים פֿאַרשמוציקט, ווי אַ מין „פֿעטיש‟, וואָס איז, דאַכט זיך מיר, פּאַסיק צו לייענען בלויז אין וואַשצימער.

קוקנדיק אויף די צײַטונגען, זעט מען גאַנץ אָפֿט, די גרויסע סענסאַציעס, וואָס ווערן כּסדר געשאַפֿן אַרום די געוועזענע חרדים. די נײַעס ניצט אויס „יענע טעמע‟, כּדי צוצוציִען די מענטשן, וואָס פֿאַרטײַטשן שוין פֿון פֿריִער די חרדים ווי „באַגרענעצטע‟ און „פּרימיטיווע‟ פּאַרשוינען. מע זעט עס קלאָר אין די פֿאַרפֿירערישע קעפּלעך פֿון די סאַמע עקלדיקסטע און פֿאַרשפּרייטסטע אַרטיקלען, ווי, צום בײַשפּיל: „איך האָב פֿאַרלאָזט חסידות, כּדי צו ווערן אַ פֿרוי‟ [I Left Hasidism to Become a Woman] אָדער „טאַטע־מאַמע מײַדן אויס שפּרינגערין פֿאַר האָבן פֿאַרלאָזט חסידות‟ [Parents Shunned Jumper for Leaving Hasidic Judaism].

די דאָזיקע קעפּלעך, אַגבֿ, זענען געדרוקט געוואָרן אין „די ניו־יאָרק פּאָסט‟ — אַ צײַטונג, וואָס איז שוין באַוווּסט פֿאַרן צעפּויקן ידעות און אומפּינקטלעכקייטן דערצו — און פֿאַרזעט דעם פֿונדאַמענטאַלן פֿאַקט, אַז דאָס לעבן פֿון אַלעמען, אַרײַנגערעכנט די חרדים, איז קאָמפּליצירט, און אָנגעפּיקעוועט מיט פֿאַרשידענע שפּירעוודיקע ניואַנסן און קנייטשן.

נעמענדיק דעם דאָזיקן פֿאַקט אין באַטראַכט, קען מען קלאָר אײַנזען, אַז דער מענטש, פֿעגי מאיר, מוז זײַן מער ווי אַ „שפּרינגערין‟, וועמענס חרדישע משפּחה זי האָט פֿאַרראַטן; און אַז די סיבות, פֿאַרוואָס אַבי סטײַן האָט פֿאַרלאָזן חסידות, קענען אין גאַנצן נישט זײַן באַגרענעצט מיט איר מין־איבערגאַנג, און די צײַטונג דערקלערט טאַקע נישט, אַז זי איז געוואָרן פֿרײַ נאָך לאַנג איידער זי איז געוואָרן אַ פֿרוי.

אָָבער אַפֿילו צווישן די ערנסטע נײַעס (מײַן ווייניקײט בתוכם) איז פֿאַראַן אַ טענדענץ צו שרײַבן ענלעכע פֿאַרפֿירערישע קעפּלעך, כּדי צו פֿאַרכאַפּן דעם לייענער. אין דעם פֿאַל פֿון אַבי סטײַן, זענען ס׳רובֿ טיטלען וועגן איר אַזוי קאָנסטרויִרט געוואָרן, אַז עס זאָלן אַרויס אויף דער איבערפֿלאַך דווקא די קלייניקייטן, ווי למשל, וועגן איר גרויסן חסידישן ייִחוס. די רעאַליטעט איז אָבער, אַז ס׳זענען פֿאַראַן אַ סך אַנדערע חרדים, אָן די־אָ כּלומרשטיקע וואָרצלען, וואָס לעבן נאָך אַלץ אין דער חרדישער וועלט, און לײַדן פֿון אַזעלכע פּראָבלעמען. פֿונדעסטוועגן, פֿאַרערגערן די אַרטיקלען אין אַ געוויסער מאָס דעם מצבֿ, דורכן שאַפֿן פֿאַראורטיילן און אומפֿאַרשטייעניש, צווישן די חרדים און דער סעקולערער וועלט.

נאָך מײַן אַרטיקל וועגן אַבי, האָב איך אין דעם זעלבן טאָג, ווען „די ניו־יאָרק פּאָסט‟ האָט געדרוקט זייער אינפֿאָרמאַציע, געליינט אויף דעם פֿייסבוק פֿון אַבי איר קאָמענטאַר וועגן דעם „פּאָסטס“ אַרטיקל. אַבי האָט געטענהט, אַז זי האָט מסכּים געווען צו רעדן מיט דער „פּאָסט‟, נאָר כּדי מענטשן זאָלן ווערן וויסיק וועגן טראַנס-מין. אָבער, לגבי דער „פּאָסטס‟ שם ווי אַ בולוואַר-צײַטונג, האָט זי אָנגעשריבן: „ווען איך האָב גערעדט מיט דער ‚פּאָסט‘, האָב איך דערוואַרט, וואָס ס׳וועט פּאַסירן … אויב ס׳איז פֿאַראַן אַן ענין, אין וועלכן דאָס ענגלישע שפּריכוואָרט ׳קיין שלעכטער פּירסום עקסיסטירט נישט׳ איז עס נוגע מיט דעם ענין‟. האָבנדיק שוין געלייענט ס׳רובֿ אַרטיקלען וועגן איר, קען איך נישט מסכּים זײַן — די קעפּלעך אַליין שפּיגלען אָפּ ווי שרעקלעך פֿאַלש און עקלדיק די אַרטיקלען זענען.

וועגן פּירסום אין אַלגעמיין, האַלט איך, אַז אַלע אויסגאַבעס זענען שטענדיק פֿאַראַנטפֿאָרטלעך צו דערציילן דעם אמת, אַפֿילו ווען ס׳איז נישט צוציִענדיק. דאָס אחריות פֿון די זשורנאַליסטן איז, צו דערציילן די געשיכטעס ווי ווײַט פּינקטלעך און אָן די פֿאַרפֿירערישע סימנים פֿון סענסאַציע. די בעסטע רעזולטאַטן וועלן אַרויסקומען נאָר פֿון די אַרטיקלען, וואָס גיבן איבער אינפֿאָרמאַציע וועגן אַזעלכע ענינים, ווי אין שײַכות מיט L.G.B.T און דער חרדישער וועלט.