אַבֿיגיל אַלפֿאַטאָוו עסט רעפֿטלעך פּיצע איבערגעקערטערהייט, און שלוקערצט אויף אַ קאָמישן אופֿן. איר באַליבטסטע עסן איז פֿלאפֿל, און זי מאַכט איר פּנים גלאַנציק דורך באַשמירן עס מיט גרינע טיי־בײַטלעך.
אַבֿיגיל איז די הײַיאָריקע מלכּת־יופֿי פֿון ישׂראל, און דעם 20סטן דעצעמבער וועט זי קאָנקורירן מיט פֿרויען איבער דער גאַנצער וועלט אינעם אַלוועלטלעכן שיינקייט־קאָנקורס, Miss Universe Pageant, וואָס וועט פֿאָרקומען אינעם „פּלאַנעט האָליוווּד קוראָרט און קאַסינאָ‟, אין לאַס־וועגאַס.
זי איז אויך אַ שאַמפּיאָן פֿון פֿעכטערײַ, און האָט געאַרבעט ווי אַ וואָלונטיר פֿאַר „אַקים‟, אַ ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט מענטשן וועלכע לײַדן פֿון אינטעלעקטועלע שוועריקייטן.
ס׳איז 7:30 אין דער פֿרי און זי רעדט טעלעפֿאָניש מיט דער ייִט״א, זיצנדיק אין איר האָטעל־צימער אין לאַס־וועגאַס. אַלע באַטייליקטע קומען אָן אַ וואָך פֿריִער, ווײַל הגם דער הויפּט־קאָנקורס קומט פֿאָר דעם 20סטן דעצעמבער, וועלן די פֿרויען קאָנקורירן אין זייערע באָדקאָסטיומען און אין עלעגאַנטע אָוונטקליידער, אָנהייבנדיק פֿונעם 16טן.
אַבֿיגיל איז ערשט אָנגעקומען פֿון ישׂראל; זי איז פֿאַרמאַטערט, און איר אַסיסטענט דערקלערט, אַז אַבֿיגיל זאָרגט זיך אַ ביסל וועגן אירע שפּראַך־פֿעיִקייטן אויף ענגליש. הייבן מיר אָן דעם אינטערוויו מיט גרינגע שאלות.
„מײַנע עלטערן זענען געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע אָבער איך בין געבוירן געוואָרן אין ישׂראל. מיר זענען נישט זייער רעליגיעז,‟ זאָגט זי.
זיי זענען געקומען קיין ישׂראל ווײַל „צו זײַן אַ ייִד אין אַנדערע לענדער איז נישט גוט, און זיי האָבן נישט געוואָלט איך זאָל געבוירן ווערן דאָרט [אין אוקראַיִנע].‟
איר טאַטע איז אַ גראַפֿיק־דיזײַנער, איר מאַמע — אַ לערערין. אַבֿיגיל איז דערצויגן געוואָרן אין עכּו, וווּ עס וווינט אַ געמיש פֿון ייִדן, מוסולמענער, קריסטן און באַהײַער. עכּו איז אויך דאָס אָרט, וווּ עס טרינירט די ישׂראלדיקע פֿעכט־מאַנשאַפֿט פֿאַר דער אָלימפּיאַדע, זאָגט זי, און אין יעדער שול לערנט מען פֿעכטערײַ.
הײַנט איז אַבֿיגיל דער נאַציאָנאַלער יוגנט־שאַמפּיאָן אין ישׂראל און האָפֿט צו ווערן אַ טייל פֿון דער ישׂראלדיקער מאַנשאַפֿט אויף דער אָלימפּיאַדע אין יאָר 2020, אין טאָקיאָ.
דערווײַל איז זי אַ סאָלדאַטקע אין די לופֿט־כּוחות, וווּ זי פֿאַרנעמט זיך מיט „אינפֿאָרמאַציע וועגן זיכערהייט‟, אין שײַכות מיט קאָמפּיוטערײַ. ווען זי פֿאַרענדיקט איר מיליטערישן דינסט אין אַ יאָר אַרום, האָפֿט זי צו שטודירן אין אוניווערסיטעט און ווײַטער פֿעכטן.
זי האָט גראַדויִרט „מאַגנאַ קאָם לאַודע‟ פֿון דער מיטלשול, און איר ציל איז צו ווערן אַן אַמבאַסאַדאָר.
אויף דער פֿראַגע, צי זי זאָרגט זיך אַז דאָס רעפּרעזענטירן ישׂראל אינעם קאָנקורס קאָן שאַטן אירע שאַנסן צוליב דעם איצטיקן פּאָליטישן קלימאַט, ענטפֿערט זי פּשוט: „ניין, איך טראַכט אַפֿילו נישט וועגן דעם.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.