בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, איז די שטאָט ניו־יאָרק, און בפֿרט דער „איסט סײַד‟, געווען פֿול מיט טרעפֿערקעס; אַ סך פֿון זיי זענען געווען אימיגראַנטקעס, וואָס האָבן געפּרוּווט ציִען אַ ביסל חיונה פֿאַר זייער בידנע, אָרעם לעבן.
דער „לאָוער איסט סײַד טענעמענט מוזיי‟ האָט לעצטנס געגעבן אַ ספּעציעלן טור פֿון דער דירה פֿון איין פּאָפּולערער וואָרזאָגערין אין יענע יאָרן: דאָראַ מעלצער. קיינער וואָלט גאָרנישט געוווּסט וועגן מעלצער, ווען אַ קוראַטאָר פֿונעם מוזיי וואָלט נישט געפֿונען אין איינער פֿון די דירות אויף 97 אָרטשאַרד סטריט זעקס וויזיטקאַרטלעך, באַגראָבן אונטער דער פּאַדלאָגע און הינטער דער וואַנט פֿון דער קיך.
אויף די קאַרטלעך איז געשטאַנען אויף ייִדיש: „פּרײַז 15 סענט און העכער — די באַרימטע אויסלענדישע וואָרזאָגערין, פּראָפֿ׳ דאָראַ מעלצער, וועלכע איז ערשט געקומען פֿון אויסלאַנד און האָט זיך באַזעצט אין 97 אָרטשאַרד סטריט … צײַגט די גרעסטע וווּנדער פֿון דער וועלט — טרעפֿט יעדן איינעם זײַן נאָמען און זײַנע יאָרן, אַפֿילו וויפֿל געלט ער האָט אין ’פּאַקעט‘ [קעשענע]. זי טרעפֿט דורך גורל און פֿון חכמת־היד…‟
די קאַרטלעך לאָזן אויך וויסן די שעהען, ווען מעלצערס געשעפֿט איז געווען אָפֿן — פֿון 9:00 אין דער פֿרי ביז 10:00 אין אָוונט, און גיט צו, אַז מע קען זיך אויך באַראַטן מיט איר וועגן יורידישע אָנקלאָגן, קראַנקייטן און רײַזעס.
די וועגווײַזערין פֿונעם טור, לאָרין פֿרעדעלאַ, האָט אַרײַנגעפֿירט די באַזוכער אין אַ דרײַ־צימערדיקער דירה אויפֿן דריטן שטאָק, וואָס מע האָט געמאַכט אויסזען ווי די דירה, וווּ מעלצער האָט אַ מאָל געוווינט. (אין דער אמתן האָט די משפּחה מעלצער געוווינט אויפֿן ערשטן שטאָק, אָבער יענע וווינונג דינט הײַנט ווי דער גאַרדעראָב פֿאַר די אַקטיאָרן פֿונעם מוזיי.)
פֿרעדעלאַ האָט דערקלערט, אַז קינדער פֿלעגן אָפֿט מאָל דינען ווי קאָלאַבאָראַטאָרן פֿונעם וואָרטזאָגער, און בשתּיקה אונטערגעזוכט די טאַשן פֿון די קליענטן, כּדי צו געפֿינען אידענטיפֿיקאַציע־פּאַפּירן און דערבײַ קאָנען איבערגעבן דער וואָרטזאָגערין וויכטיקע פּרטים וועגן דעם קונה. אַ מאָל האָבן די קינדער אויך איבערגעזעצט די וויזיעס פֿון זייערע עלטערן פֿון ייִדיש אויף ענגליש, וואָס האָט געהאָלפֿן צו שאַפֿן אַן אויסלענדישע מיסטעריע אַרום דער וואָרזאָגערין.
נאָכן טור האָט עדי פּאָרטנוי, דער אַקאַדעמישער עצה־געבער אין ייִוואָ און אַ פֿאָרשער פֿון די אַמאָליקע ייִדישע וואָרזאָגער, דערציילט וועגן עטלעכע באַוווּסטע „זעונגען‟. אַ באַליבטער וואָרזאָגער; אַבֿרהם האָכמאַן, האָט, למשל, איין מאָל געזאָגט אַ פֿרוי, אַז איר מאַן, וואָס איז געהאַט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, וועט זיך באַווײַזן אויפֿן ראָג פֿון פּיט און גרענד סטריט 10:00 דעם צווייטן אויפֿדערנאַכט — און אַזוי איז טאַקע געשען.
געוויסע וואָרזאָגער פֿלעגן אויך אָנטאָן בגדים פֿונעם מיטעלן מיזרח, אַזוי ווי טורבאַנען אָדער טערקישע פֿעז־היטן, כּדי צו שאַפֿן אַ מער מיסטישע שטימונג. דאָס איז זיכער געווען אַ טייל פֿון זייער הצלחה, ווײַל אין לעצטן סך־הכּל, איז, דער עיקר בײַ די פֿרויען וואָס זענען געקומען צו די טרעפֿערקעס מסתּמא נישט געווען, צי די טרעפֿערקע קענען טרעפֿן זייער עלטער אָדער וויפֿל געלט ס׳ליגט בײַ זיי אין קעשענע — נאָר צו גיבן זיי אַ האָפֿענונג פֿון אַ שענערן, בעסערן לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.