מאַפּע פֿון דער ייִדישער קולטור אין לאָס־אַנדזשעלעס

Map of Yiddish Culture in Los Angeles


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 17, 2015, issue of January 08, 2016.

ערין פֿייגין, אַ ביז־גראַדויִר־סטודענטקע בײַם „קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקלי‟, האָט געשאַפֿן אַ מאַפּע, וואָס ווײַזט, וווּ עס האָבן געוווינט די אַרויסגעבער און שרײַבער פֿון פֿאַרשידענע ייִדיש־שפּראַכיקע ביכער און זשורנאַלן.

אין אַן אינטערוויו מיט דער ייִדישער צײַטונג אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, JWeekly, האָט פֿייגין דערקלערט, אַז זי איז געוואָרן פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש על־פּי־צופֿאַל. זי האָט געהאַט אַ לאַנגן אינטערעס צום אַמעריקאַנער מערבֿ און האָט דערפֿאַר באַשלאָסן זיך אויסצולערנען שפּאַניש. די שפּראַך איז איר אָבער ניט געווען צום האַרצן, און זי איז אַריבער צו ייִדיש.

ווי אַ ביז־גראַדויִר־חבֿרטע בײַם ייִדישן מוזיי „מאַגנעס־זאַמלונג פֿון ייִדישער קונסט און לעבן‟, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט „בערקלי‟, האָט זי אַ זעלטענעם צוטריט צו די ביכער און זשורנאַלן, וואָס מע האָט אַרויסגעגעבן אויף ייִדיש אין לאָס־אַנזשעלעס. ס׳רובֿ פֿון די אויסגאַבעס האָט מען אַרויסגעגעבן אין די 1940ער און 1950ער יאָרן. אַ פּאָר, אַזוי ווי דער זשורנאַל „חשבון‟, האָט מען פּוביליקירט ביז די 1990ער יאָרן און אַפֿילו 2000ער.

וועגן איר אַרבעט מיט ייִדיש האָט פֿייגין דערקלערט JWeekly, אַז „ס׳איז טאַקע די בעסטע זאַך, וואָס איך האָב אַמאָל געטאָן‟. די מאַפּע קען מען זען אָט דאָ: https://findery.com/magnes/notemaps/western-american-yiddish-imprints.