אין דער פּרעסע און אַנדערע מיטלען פֿון מאַסן־אינפֿאָרמאַציע טרעפֿן זיך כּלערליי טעותן — צומאָל נישטיקע און טשיקאַווע, צומאָל גאַנץ ערנסטע. אַפֿילו די סאַמע ערנסטע אויסגאַבעס באַגייען זיך נישט, צום באַדויערן, פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלערן, וואָס רופֿן אַרויס אַ געלעכטער בײַ די לייענער און אַ קאָפּ־ווייטיק בײַ דער רעדאַקציע. אין די פֿינצטערסטע יאָרן פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט מען פֿאַר אַזאַ טעות, ווי „היסטערישער‟ אַנשטאָט „היסטאָרישער‟, אָדער „פֿאַררעטער‟ אַנשטאָט „פֿאָרזיצער‟, געקאָנט אַפֿילו דערשאָסן ווערן. איינער אַ זעצער האָט, נעבעך, אָנגעשריבן „סאַלין‟ אַנשטאָט „סטאַלין‟, און איז גלײַך אַרײַן אינעם „גולאַג‟.
אינעם 19טן יאָרהונדערט האָט אַ פֿראַנצויזישע צײַטונג געמאַכט אַ טעות, וועלכער בלײַבט באַרימט ביזן הײַנטיקן טאָג. קיינער האָט נישט געליטן, נאָר צוליב איין נישט ריכטיק אויסגעזעצטן אות האָט אַן אומשולדיקע רעקלאַמע פֿון אַ פֿאַרם זיך פֿאַרוואַנדלט אין דאָס פֿאָלגנדיקע: „עס ווערט פֿאַרקויפֿט אָדער געדונגען אַ שיינע פֿרוי; נאָך אַ ריכטיקער באַהאַנדלונג איז זי גאַנץ פּראָדוקטיוו‟.
עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט אויסצופֿאָרשן נאַרישע און טשיקאַווע פֿעלערן, וואָס זענען זיכער געשען גענוג אָפֿט אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע. הײַנט, צוליב דער פֿליסיקער נאַטור פֿון דער אינטערנעץ, פֿאַרשפּרייטן זיך אין דער וועלט נײַע, חידושדיקע מינים טעותן.
דעם 11טן דעצעמבער האָט די וועבזײַט „אין געוועב‟, וווּ עס ווערן פּובליקירט פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן וועגן ייִדיש, פֿאַרעפֿנטלעכט אַן ענטפֿער אויף אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן די שענסט־באַקליידטע פֿרויען אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש־קולטור. אין דער רשימה איז אַרײַן די באַקאַנטע פּאָעטעסע מלכּה לעאָפּאָלד־ראַפּאָפּאָרט, באַוווּסט אונטערן פּסעוודאָנים מלכּה לי. נאָכן איבערלייענען דעם אַרטיקל, האָט רות ראַפּאָפּאָרט, אַן אייניקל פֿון דער פּאָעטעסע, זיך באַקלאָגט, אַז הגם אויף איין בילד זעט מען טאַקע איר באָבע, שפּילט אויפֿן צווייטן גאָר אַן אַנדער פֿרוי אויף אַ מאַנדאָלין.
אויף דער ערשטער פֿאָטאָגראַפֿיע גייט מלכּה לי מיט אַ טיכל אויפֿן קאָפּ און אַן ערנסט פּנים אויף אַ ספּיריטיסטישן סעאַנס. אין גיכן האָט מען אויסגעפֿונען, אַז אויפֿן צווייטן בילד ווערט אויך געוויזן אַ באַקאַנטע ייִדישע פּאָעטעסע מיטן זעלביקן ערשטן נאָמען, אָבער גאָר אַן אַנדערע — מלכּה חפֿץ־טוזמאַן. אַמאָל האָט ייִט״אָ פֿאַרעפֿנטלעכט די דאָזיקע פֿאָטאָגראַפֿיע, מיינענדיק, אַז ס׳איז מלכּה לי. דעם טעות האָט מען באַמערקט און דער אינסטיטוט האָט פֿאַרראָכטן די וועבזײַט. ווי באַלד דאָס בילד איז אַרויס אויף די רחבֿותן פֿון דער אינטערנעץ, האָט עס אָבער אָנגעהויבן זיך ווײַטער וואַלגערן און באַווײַזט זיך נאָך אַלץ אינעם „גוגל‟ מיט אַן אומקאָרעקט קעפּל.
דיאַנאַ קלאַרק, די מחברטע פֿון „אין געוועב‟, האָט פֿאַרפּינקטלעכט דעם אָריגינעלן אַרטיקל וועגן די פֿרויען, און דערציילט אין איר נײַער נאָטיץ די טשיקאַווע מעשׂה מיטן נעמען־אויסטויש. אַ דאַנק די קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס, איז אין די הײַנטיקע צײַטן גרינג מתקן צו זײַן יעדן טעות — אַבי עס בלײַבט בלויז אויף דער אינטערנעץ.
וואָס שייך די צוויי פּאָעטעסעס, איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז ביידע מלכּהס האָבן כּסדר געדרוקט זייערע ווערק אין אַ גאַנצער ריי באַקאַנטע זשורנאַלן, אַרײַנגערעכנט „די צוקונפֿט‟ און די ניו־יאָרקער „ליטעראַרישע בלעטער‟. עס וואָלט געווען טשיקאַווע, אויב דער אויסטויש פֿון זייערע נעמען איז שוין געשען פֿריִער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.