צוויי מאָל אַ יאָר, טרעפֿן זיך בעסאַראַבישע ייִדן אין ישׂראל, כּדי צו טרעפֿן זיך מיט זייערע חבֿרים און באַקאַנטע, צו דערמאָנען זיך אין דער אַלטער היים, און צו הערן די ייִדישע און נישט־ייִדישע מוזיק פֿון מאָלדאָווע.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, לכּבֿוד חנוכּה, איז אַזאַ צוזאַמענטרעף פֿאָרגעקומען אין ראשון־לציון, אינעם אָרטיקן רעסטאָראַן „דער ווײַטער שטאָרך‟ („החסידה הלבֿנה‟). דער בעל־הבית פֿונעם רעסטאָראַן, אַרקאַדי חייט, איז אַ ייִד פֿון קעשענעוו.
הגם אויף אַזעלכע טראַדיציאָנעלע באַגעגענישן פֿאַרבעט מען אַלעמאָל באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן סײַ פֿון מאָלדאָווע, סײַ פֿון ישׂראל, האָב איך צום ערשטן מאָל במשך פֿון 2 יאָר דערזען חשובֿע אָפֿיציעלע געסט פֿון ביידע לענדער. דעם מאָלדאַווישן צד האָט פֿאָרגעשטעלט די נײַע אַמבאַסאַדאָרין אין תּל־אָבֿיבֿ, גאַבריעלאַ מאָראַרו, וועלכע איז געקומען אויפֿן חנוכּה־באַנקעט צוזאַמען מיט אירע קאָלעגן.
מצד ישׂראל, האָט מען פֿאַרבעטן דעם געוועזענעם אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן — אונדזערער אַ לאַנדסמאַן, אויך אַ געבוירענער אין קעשענעוו. נאָך דער אַרײַנפֿיר־רעדע פֿון אַרקאַדי בראָווער, וועלכער פֿירט אָן מיט דער בעסאַראַבישער לאַנדסמאַנשאַפֿט אין ישׂראל „איוואָראַש‟, און וועלכער האָט אָרגאַניזירט דעם צוזאַמענטרעף, האָט ליבערמאַן אָנגעצונדן די חנוכּה־ליכט. אין זײַן קורצן אויפֿטריט, האָט דער פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַרטיי „ישׂראל ביתנו‟ פֿאַרגליכן דעם הײַנטיקן מצבֿ אין ישׂראל מיט דער תּקופֿה פֿון די העלדישע מכּבים.
דערנאָך, האָט מאָראַרו דערקלערט, אַז ס׳איז וויכטיק צו פֿאַרפֿעסטיקן די פֿאַרבינדונגען צווישן די צוויי לענדער אין אַלע געביטן. זי האָט דערציילט וועגן די מעגלעכע ווײַטערדיקע פּערספּעקטיוון פֿון באַציִונגען צווישן מאָלדאָווע און ישׂראל, באַגריסט מיט חנוכּה, געוווּנטשן הצלחה און שלום, און האָט באַזונדערס באַמערקט, אַז די לאַנדסמאַנשאַפֿט „איזוואָראַש‟ האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם אָנהאַלטן אַן אַקטיווע פֿאַרבינדונג פֿון בעסאַראַבישער ייִדן אין ישׂראל מיט מאָלדאָווע.
בעת אַזעלכע באַגעגענישן, פֿאַרבעט מען אַלעמאָל ווי אַ ספּעציעלן גאַסט איינעם פֿון די ייִדישע קהילה־טוער אין דער הײַנטיקער מאָלדאָווע. דאָס מאָל איז געקומען דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער מאָלדאַווישער ייִדישער וועבזײַט „דור לדור‟, איליאַ מאַריאַש, וועלכער האָט באַקענט די פֿאַרזאַמלטע מיט די פֿרישע נײַעס פֿון זײַן לאַנד.
אויפֿן באַנקעט זענען געקומען די פֿאָרזיצער פֿון די אָרטיקע צווײַגן פֿון „איזוואָראַש‟, וועלכע פֿונקציאָנירן אין אַזעלכע שטעט, ווי אַשקלון, רחובֿות, בת־ים, חולון און נתניה. בראָווער האָט יעדן פֿון זיי געגעבן אַ מתּנה: דאָס נײַע בוך וועגן קעשענעוו מיטן נאָמען „די פֿאַרלוירענע לופֿט‟, וואָס אונדזער קעשענעווער לאַנדסמאַנקע גרעטאַ יאָנקיס האָט נישט לאַנג צוריק אַרויסגעגעבן אין דײַטשלאַנד, וווּ זי וווינט הײַנט.
וואָס שייך דעם באַנקעט גופֿא, מוז איך באַדאַנקען דעם בעל־הבית פֿונעם „ווײַסן שטאָרך‟ פֿאַרן צוגרייטן אַ גאַנצע סעודה־כּיד־המלך מיט אַן עכטן בעסאַראַבישן קאָלאָריט און אַ גרויסן אויסווײַל פֿון מאכלים, אָנהייבנדיק פֿון כּלערליי לײַכטע נאַשערײַען ביז „קאַרנאַצעלעך‟ און אַנדערע פֿליישיקע פּאָטראַוועס. אויפֿן צווייטן טאָג, האָב איך געפֿאַסט — אַזוי זאַט בין איך געבליבן נאָכן מאַיעסטעטישן מאָלצײַט, באַגלייט מיטן גוטן רויטן ווײַן און דעם אָרקעסטער בראָש מיטן קעשענעווער מוזיקער איליאַ בערשאַדסקי. זײַן ווײַב און די סאָליסטקע פֿונעם אָרקעסטער, ליליאַ בערשאַדסקי, האָט געזונגען פֿריילעכע לידער, און די מוזיקער האָבן געשפּילט, על־פּי־רובֿ, מאָלדאַווישע מעלאָדיעס.
בײַם שליסן דעם באַנקעט, האָט דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿון דער ישׂראלדיקער אָרגאַניזאַציע „בית־בסרביה‟ („דאָס בעסאַראַבישע הויז‟) פֿאַרבעטן אַלע באַטייליקטע צו קומען אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן צוזאַמענפֿאָר פֿון בעסאַראַבישע ייִדן, וועלכן מע קלײַבט זיך דורכצופֿירן דעם 20סטן מײַ, 2016.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.