קאָנפֿערענץ געווידמעט י. ל. פּרץ אין תּל־אָבֿיבֿ

Conference on I. L. Peretz in Tel Aviv

ד׳׳ר אבֿיבֿ לבֿנת
YouTube
ד׳׳ר אבֿיבֿ לבֿנת

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 18, 2015, issue of January 08, 2016.

איבער דער גאָרער וועלט מערקט מען הײַיאָר אָפּ דעם 100סטן יאָרצייט פֿון י. ל. פּרץ. אין וואַרשע האָט מען דורכגעפֿירט אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ געווידמעט דעם ייִדישן קלאַסיקער, און דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקס־כאָר‟ איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ ספּעציעלן קאָנצערט אין ניו־יאָרק לכּבֿוד דעם גרויסן שרײַבער. אין אַרגענטינע, קאַנאַדע, אויסטראַליע, ישׂראל און נאָך לענדער האָבן ייִדישע קלובן און קולטורעלע געזעלשאַפֿטן אָרגאַניזירט פֿאַרשידענע פּראָגראַמען און פֿײַערונגען אָפּצוגעבן כּבֿוד דעם פֿאָטער פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם.

קומענדיקע וואָך וועט מען אין תּל־אָבֿיבֿ דורכפֿירן אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ מיטן נאָמען „צווישן צוויי בערג‟ געווידמעט דעם לעבן און שאַפֿן פֿון י. ל. פּרץ. אין דער פּראָגראַם, אָרגאַניזירט דורכן „תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟, צוזאַמען מיטן „צענטער פֿאַר דער ייִדישער ירושה אויפֿן נאָמען פֿון ציבליסטה‟ און בשותּפֿות מיטן „בית שלום־עליכם‟, וועלן העכער 20 אַקאַדעמיקער פֿון איבער גאַנץ ישׂראל אַרומרעדן פּרצס ליטעראַרישע ירושה און די ווירקונגען, וואָס זײַנע ווערק האָבן געהאַט אויף שפּעטערדיקע שרײַבער אויף העברעיִש.

צווישן די רעדנער וועלן אויפֿטרעטן ד׳׳ר חנה ווירט־נשר, די גרינדער־דירעקטאָרין פֿונעם „גאָלדרײַך אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור‟ בײַם „תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟; ד׳׳ר אַברהם נאָווערשטערן, דער דירעקטאָר פֿון „בית שלום־עליכם‟, און בני מר (מער), דער רעדאַקטאָר פֿון דער ביכער־בײַלאַגע אין דער ישׂראלדיקער צײַטונג „הארץ‟ און אַן איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף העברעיִש.

אין אַ בריוו־אויסטויש מיטן „פֿאָרווערטס‟ האָט ד׳׳ר אבֿיבֿ לבֿנת, דער איניציאַטאָר פֿון דער קאָנפֿערענץ, וואָס האָט אָרגאַניזירט די פּראָגראַם צוזאַמען מיט ד׳׳ר רון מרגולין און ד׳׳ר דן לאור, דערקלערט, אַז ער האַלט, אַז מע דאַרף באַטראַכטן פּרצס ירושה פֿון אַן ישׂראלדיקן פּערספּעקטיוו. ד׳׳ר לבֿנת, אַ לעקטאָר אינעם „תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟ און אין דער „בצלאל־אַקאַדעמיע פֿאַר מאָדעלירונג און קונסט‟ אין ירושלים, האָט ווײַטער דערקלערט, אַז כאָטש מע באַטראַכט פּרץ הײַנט ווי אַ „קלאַסישער שרײַבער, איז ער געווען רעוואָלוציאָנעריש אין זײַן תּקופֿה, און זײַן קול איז ווידער רעלעוואַנט אין דער הײַנטיקער ישׂראלדיקער אַרענע מיט אירע קאָנטראַסטן צווישן די אָרטאָדאָקסישע און סעקולערע לאַגערן אין לאַנד.‟

אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס די ווערק פֿון פּרץ זענען אינטערעסאַנט דעם הײַנטיקן עולם, האָט ד׳׳ר לבֿנת געענטפֿערט „ווײַל דורך זײַן שרײַבן שאַפֿט ער אַ בריק צווישן צוויי סתּירותדיקע וועלטן. מיר נייטיקן זיך שטאַרק אין דעם הײַנט, אין אַ צײַט, אין וועלכער די וועלט פּראָגרעסירט דורכן פּראָצעס פֿון דער גלאָבאַליזאַציע און עס ווערט גרעסער די שפּאַנונג צווישן די ׳היגע זאַכן׳ און די ׳פֿרעמדע זאַכן׳, וואָס שאַפֿט קאָנפֿליקטן אומעטום. מע דאַרף געפֿינען אַ וועג ׳צווישן צוויי בערג׳. מיר האָפֿן, אַז די קאָנפֿערענץ און די פּובליקאַציע, וואָס וועט האָפֿנטלעך קומען נאָך איר, וועט העלפֿן צו ווײַזן אַן אופֿן ווי אַזוי דאָס צו טאָן‟.