דעם 21סטן יאַנואַר וועט אין לאָנדאָן, אינעם בנין פֿון דער פּוילישער אַמבאַסאַדע, פֿאָרקומען אַ קאָנפֿערענץ וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור אין פּוילן. די אַמבאַסאַדע געפֿינט זיך אין מאַרילעבען, אינעם צענטראַלן טייל פֿון דער שטאָט.
די אָרגאַניזאַטאָרן דערקלערן, אַז אויף דער קאָנפֿערענץ וועט מען באַטראַכטן די טעקסטן, וואָס די פּוילישע ייִדן האָבן געשאַפֿן אויף ייִדיש, העברעיִש און פּויליש. אין דער השׂכּלה־תּקופֿה, האָבן די אָרטיקע ייִדישע מחברים אָנגעהויבן זיך באַנוצן אַלץ אָפֿטער מיט דער שׂפֿת־המדינה. אַדרבה, צווישן אַלע דרײַ צווײַגן — די ייִדיש־שפּראַכיקע, לשון־קודשדיקע און פּויליש־ייִדישע ליטעראַטורן — האָבן געבליט דינאַמישע בשותּפֿותדיקע באַציִונגען.
ביז לעצטנס, איז די טעמע פֿון ייִדישער דרײַ־שפּראַכיקייט אין פּוילן זעלטן באַטראַכט געוואָרן ווי געהעריק. אין דער קאָמוניסטישער תּקופֿה האָט מען דעם דאָזיקן ענין נישט געפֿאָרשט און, פֿאַרשטייט זיך, איז נאָכן חורבן ווייניק וואָס געבליבן פֿון אַלע דרײַ ליטעראַטור־צווײַגן. אויף דער קומענדיקער קאָנפֿערענץ, וועלן די פֿאָרשער דערציילן, ווי אַזוי בײַ פֿאַרשיידענע מחברים האָט זייער ייִדישע אידענטיפֿיקאַציע זיך צומאָל צונויפֿגעפֿלאָכטן מיטן פּוילישן באַוווּסטזײַן; און וואָס זיי האָבן געטראַכט וועגן די פֿאָרשטייער פֿון די אַנדערע קולטורעלע און שפּראַכלעכע מחנות.
אויף דער קאָנפֿערענץ וועט מען באַרירן סײַ קולטורעלע, סײַ לינגוויסטישע און געאָגראַפֿישע אַספּעקטן פֿון דער טעמע. צום ערשטן מאָל וועט מען עס באַטראַכטן פֿון פֿאַרשיידענע זײַטן, כּדי צו שאַפֿן אַ פֿולזײַטיקן געשטאַלט פֿונעם ליטעראַרישן מצבֿ אינעם אַמאָליקן ייִדישן פּוילן. דער עיקר־פּעריאָד, וואָס די פֿאָרשער וועלן אַנאַליזירט, נעמט אַרום די תּקופֿה צווישן דער ערשטער און צווייטער וועלט־מלחמות, ווען די ייִדישע שעפֿערישקייט אין פּוילן האָט זיך באַזונדערס ברייט צעבליט. דער פֿריִערדיקן פּעריאָד און די נאָכמלחמהדיקע יאָרן וועלן אויך גענומען ווערן אין באַטראַכט.
בעת דער אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען אַ פּרעזענטאַציע פֿונעם נײַעם בוך נומער 28 אין דער סעריע „פּוילן‟ — אַ ספּעציעלע אַקאַדעמישע אויסגאַבע, געווידמעט דער געשיכטע און קולטור פֿון די פּוילישע ייִדן, וואָס דער באַקאַנטער פֿאָרשערישער פֿאַרלאַג „ליטמאַן‟ גיט אַרויס אויף ענגליש אין דער בריטישער הויפּטשטאָט. דאָס נײַע בוך אויף כּמעט 600 זײַטן איז אַרויס נישט לאַנג צוריק, אָנהייב דעצעמבער. די מחברים פֿון די אַרטיקלען, וואָס זענען אײַנגעשלאָסן געוואָרן אין דער זאַמלונג, וועלן אויפֿטרעטן און ענטפֿערן אויף די קשיאות פֿון די פֿאַרזאַמלטע אויף דער קאָנפֿערענץ.
דער ערשטער באַנד אין דער סעריע „פּוילן‟ איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם יאָר 2004 און האָט געטראָגן דעם נאָמען „פּאָליאַקן און ייִדן: צו באַנײַען דעם דיאַלאָג‟. זינט דעמאָלט אָן האָט זיך טאַקע געשאַפֿן אַ לעבעדיקער דיאַלאָג פֿון פּוילישע און ייִדישע פֿאָרשער אַרום דער וועלט, וועלכער האָט אַרומגענומען אַ ברייטע ריי טעמעס. דערווײַל, פּלאַנירט מען בסך־הכּל אַרויסצוגעבן 33 בענדער. הגם קיין באַזונדערער באַנד געווידמעט אינגאַנצן דער ייִדישער שפּראַך איז נישטאָ, זענען אין דער סעריע אַרײַן אַ סך באַלערנדיקע פֿאָרשונגען וועגן ייִדיש און ייִדיש־קולטור אין פּוילן. די הילע פֿונעם נײַעם באַנד איז באַצירט מיט אַ זײַטל פֿון אַן אַלטער ייִדישער צײַטונג.
איינע פֿון די רעדאַקטאָרן, וועלכע האָבן צונויפֿגעשטעלט דעם נײַעם באַנד, איז מאָניקאַ אַדאַמטשיק־גאַרבאָווסקאַ — אַ פּראָפֿעסאָרין פֿונעם לובלינער אוניווערסיטעט, וועלכע איז באַקאַנט ווי אַ פּראָמינענטע פֿאָרשערין פֿון ייִדיש אין פּוילן. אָנהייבנדיק פֿון 1994, ווען זי האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך וועגן פּויליש בײַ יצחק באַשעוויסן, פֿאַרנעמט זי זיך כּסדר מיט ייִדיש־שטודיעס. אינעם יאָר 2004 האָט זי געוווּנען אַ פּריז אויפֿן נאָמען פֿון יאַן קאַרסקי און פּאָלאַ נירענסקאַ פֿאַר אירע חידושים אינעם דאָזיקן געביט. לויטן פּלאַן, וועט זי אויפֿטרעטן אויף דער קאָנפֿערענץ די ערשטע נאָך די אַרײַנפֿיר־ווערטער פֿון די אַמבאַסאַדע־מיטאַרבעטער און דעם אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר ענטאָני פּאָלאָנסקי פֿונעם בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, וועלכער פֿירט אָן מיט דער פּובליקאַציע פֿון דער ביכער־סעריע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.