חדשים לאַנג פֿאַר חנוכּה זענען די אַרבעטער אינעם מתּנה־געוועלב אויף קאָני־אײַלאַנד עוועניו געווען שטאַרק פֿאַרנומען. נישט בלויז האָט מען געדאַרפֿט אָנפֿילן פּעקלעך מיט שאָקאָלאַדקעס, מאַרציפּאַנעס און כּלערליי אַנדערע מינים זיסוואַרג, נאָר מע האָט עס געדאַרפֿט טאָן אויף אַ שיינעם, ציכטיקן אופֿן. די אַרבעטער האָבן אָבער הנאה געהאַט פֿון דער האָרעוואַניע, ווײַל זיי זענען געווען גליקלעך צו האָבן אַ שטעלע בכלל. הגם זיי זענען פֿעיִקע יונגע לײַט, זענען זיי אַלע אינטעלעקטועל הינטערשטעליק.
דאָס געשעפֿט, Yachad Gifts, איז אַן אונטערנעמונג געגרינדעט פֿון „יחד‟, אַן אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע, געווידמעט די באַדערפֿענישן פֿון ייִדן מיט אַן אַנטוויקל-מום. אַ הויפּציל פֿון דער אָרגאַניזאַציע איז איבערצוצײַגן ייִדישע קהילות אַרײַנצונעמען די דאָזיקע ייִדן אין אַלע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן לעבן.
די אַרבעטער אינעם מתּנה־געוועלב פֿירן דורך פֿאַרשידענע פֿליכטן: זיי פֿאַרשרײַבן די טעלעפֿאָנישע באַשטעלונגען; באַלייגן די קוישן מיט קאָלירטן צעלאָפֿאַן און לייגן אַרײַן דאָס „נאַשערײַ‟; און מאַכן אַן אינווענטאַר פֿון דער גאַנצער סחורה, ווי, למשל, ציילן וויפֿל קיכעלעך און פֿרוכטטאַצן זענען נאָך פֿאַרבליבן אויף די פּאָליצעס, האָט סטואַרט גורדזשי, דער 24־יאָריקער פֿאַרוואַלטער פֿון Yachad Gifts, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. סטואַרט, אַ זון פֿון איראַקער ייִדן, אַרבעט שוין פֿיר יאָר בײַ „יחד‟.
„מיר פּרוּוון צופּאַסן די מענטשן, וואָס האָבן אַ געוויסן טאַלאַנט, צו דער אַרבעט, וואָס עס פּאַסט מער פֿאַר זיי,‟ האָט סטואַרט דערקלערט. חיים גאָלדמאַן, למשל, קען נישט אײַנפּאַקן די מתּנות, ווײַל עס ציטערן אים די הענט (אַ באַקאַנטער בײַ־עפֿעקט פֿון געוויסע מעדיקאַמענטן). פֿון דער אַנדערער זײַט, איז ער, ווי מע זאָגט, „אַ געבוירענער סוחר‟. טאַקע דערפֿאַר האָט מען אים במשך פֿונעם האַרבסט־סעזאָן געשיקט אין אַ ריי שילן און ייִדישע קהילה־צענטערס, כּדי צו פֿאַרקויפֿן די סחורה אין זייערע מתּנה־געשעפֿטן.
און ער האָט זיך טאַקע אויסגעטויגט אויף דעם. יעדעס מאָל, ווען עמעצער (געוויינטלעך אַ פֿרוי) איז פֿאַרבײַגעגאַנגען חיימס טיש, האָט ער פֿרײַנדלעך אויסגערופֿן: „אַנטשולדיקט, אָט האָט איר אַ סך שיינע חנוכּה־מתּנות, וואָס איר קענט קויפֿן! אפֿשר ווילט איר זיי איבערקוקן? אפֿשר קויפֿן עפּעס פֿאַר דער מאַמען?‟ הײַנט איז ער איינער פֿונעם געוועלבס הצלחהדיקסטע הענדלער.
אַ צווייטער, משה האַמער, איז דווקא נישט באַקוועם צווישן מענטשן, אָבער ער קען יאָ די גאַנצע באַן־ און אויטאָבוס־מאַפּע אין ברוקלין און מאַנהעטן אויף אויסנווייניק. „אויב מע גיט אים אַ געוויסן אַדרעס, וועט ער דיר גלײַך זאָגן, וועלכע באַן צו נעמען אָנצוקומען אַהין,‟ האָט סטואַרט געזאָגט. דערפֿאַר איז משהס אַרבעט זייער צוגעפּאַסט: ער העלפֿט צושטעלן די מתּנות צו די קונים.
חיים און משה האָבן ביידע זיך דערוווּסט וועגן אַרבעט בײַ Yachad Gifts דורך „יחדס‟ טאָג־פּראָגראַם פֿאַר דערוואַקסענע (Yachad Adult Day Program). אַנדערע אַרבעטער האָבן אויסגעפֿונען וועגן דעם דורך אַ געזעלשאַפֿטלעכער אַקטיוויטעט פֿון „יחד‟.
הגם חיים און משה זענען ביידע אין די הויכע 20ער, אַרבעטן דאָרט אויך 19־ און 20־יאָריקע מיטלשול־תּלמידים, וואָס לערנען זיך אין ספּעציעלע פּראָגראַמען פֿון די עפֿנטלעכע שולן. איין גרופּע קומט פֿון 721K — אַ צוויי־שפּראַכיקע (ייִדיש־ענגליש) פּראָגראַם פֿאַר יוגנטלעכע מיט אַן אינטעלעקטועלן מום, וואָס קומען פֿון ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות. די תּלמידים אין דער פּראָגראַם, וואָס טרעפֿט זיך אין P. S. 721, קענען ענגליש אויך, אָבער פֿון צײַט צו צײַט דאַרף מען איבערזעצן געוויסע אינסטרוקציעס פֿאַר זיי אויף ייִדיש.
„אַחוץ דעם, פֿילן זיי זיך גוט אין אַ פּראָגראַם, וווּ די לערער קענען ייִדיש, ווײַל די קולטור איז זיי נאָענט צום האַרצן,‟ האָט באַמערקט איידי מאַרקאָוויץ, אַ לערערין און וואָלונטיר בײַ 721K. „דאָ קענען זיי ניצן ווערטער ווי ׳חתן׳, ׳כּלה׳ און ׳ברוך־השם׳, און יעדער וועט זיי פֿאַרשטיין.‟
פֿרוי מאַרקאָוויץ איז צופֿרידן, וואָס די תּלמידים האָבן אַ געלעגנהייט צו אַרבעטן. „ס׳איז זייער שיין, וואָס ׳יחד׳ לאָזט אונדז ניצן זייער געשעפֿט צו טרענירן אונדזערע תּלמידים אויף צוקונפֿטדיקע שטעלעס,‟ האָט זי געזאָגט.
כאָטש די תּלמידים פֿון 721K ווערן נישט באַצאָלט פֿאַר דער אַרבעט אין Yachad Gifts, זענען זיי פֿאָרט גליקלעך עס צו טאָן. „ווען מיר האָבן געפֿרעגט עטלעכע פֿון זיי, צי זיי ווילן די שטעלע, האָבן זיי זיך שטאַרק דערפֿרייט,‟ האָט פֿרוי מאַרקאָוויץ געזאָגט. „ס׳קלינגט אפֿשר ווי אַ קלייניקייט, אָבער בײַ זיי איז עס שטאַרק חשובֿ.‟
במשך פֿון עטלעכע וואָכן האָבן זייערע לערער זיי געהאָלפֿן אָנשרײַבן אַ רעזומע (וואָס פֿאַר אַ דערפֿאַרונג האָבן זיי? וואָס זענען זייערע טאַלאַנטן און אינטערעסן?) און מע האָט זיי צוגעגרייט צום אינטערוויו (ווי אַזוי דאַרף מען אַרײַנגיין אַהין? ווי אַזוי באַגריסט מען דעם אינטערוויויִרער?). וועגן די קליידער האָבן די תּלמידים שוין אַליין פֿאַרשטאַנען וואָס אָנצוטאָן. אַ טייל בחורים האָבן געטראָגן קראַוואַטן, אַ טייל — נישט. די מיידלעך האָבן זיך שיין אָנגעטאָן, אָבער געוווּסט, אַז מע דאַרף זיך נישט אויספּוצן ווי אויף אַ חתונה.
„געוויינטלעך, ווען מיר פּרוּוון געפֿינען אַרבעט פֿאַר זיי בײַ אַנדערע געשעפֿטן, זאָגט מען אונדז: ׳איר קענט זיי נישט ברענגען אַהער, ווײַל ס׳קאָן שאַטן דעם געשעפֿט׳,‟ האָט פֿרוי מאַרקאָוויץ געזאָגט. „זיי פֿאַרשטייען נישט, אַז די יונגע לײַט קענען זײַן זייער פֿעיִק.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.