קיין מאָל נישט צו שפּעט...

Never Too Late...


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 22, 2015, issue of January 08, 2016.

ווי שׂרה זילבערמאַן גיט איבער די וואָך אין דער ראַדיאָ־פּראָגראַם „ידיעות פֿון מעלבורן‟, האָט Jewish Care Victoria — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿירט דורך אַ ריי באַדינונגען פֿאַר עלטערע ייִדן אין אויסטראַליע, לעצטנס אַרגאַניזירט אַ בשותּפֿותדיקע בר־ און בת־מיצווה צערעמאָניע פֿאַר 75 אײַנוווינער פֿון איר מושבֿ־זקנים. ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן קיין מאָל נישט געהאַט אַזאַ געלעגנהייט, אָדער ווײַל זיי האָבן קינדווײַז איבערגעלעבט דעם חורבן, אָדער ווײַל זיי האָבן געלעבט אונטער אַ קאָמוניסטישער רעגירונג.

די באַטייליקטע זענען געווען אין זייערע 80ער און 90ער; דער עלטסטער — 99 יאָר אַלט. בערך 300 געסט זענען בײַגעווען בײַ דער צערעמאָניע.

איידל דזשאָסטין, אַ 92־יאָריקע „בת־מיצווה מיידל‟, האָט דערציילט דעם עולם וועגן איר איבערגעריסענער קינדהייט אין אייראָפּע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. הרבֿ נערנבערג, דער רבֿ פֿון Jewish Care, האָט דערציילט, אַז איין באַטייליקטער, מאָריס מינסקי, האָט יאָ געהאַט אַ בר־מיצווה צערעמאָניע צו 13 יאָר, אָבער אין מיטן דרינען האָבן די דײַטשן זיך אַרײַנגעריסן אין זײַן שטעטל און צוגענומען זײַנע טאַטע־מאַמע; ער האָט זיי שוין מער נישט געזען.

פֿרוי דזשאָסטינס זון, טשאַרלס, וועלכער איז געקומען זען ווי זײַן מאַמע ווערט אַ בת־מיצווה, האָט באַמערקט אַן אינטערעסאַנטע איראָניע אין דעם געשעעניש. „געוויינטלעך, וועט אַזאַ צערעמאָניע מאַכן אַ יונגן מענטש זיך פֿילן עלטער, אָבער אין דעם פֿאַל האָט עס געמאַכט עלטערע מענטשן זיך פֿילן ייִנגער,‟ האָט ער געזאָגט.