מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, האָט דער באַקאַנטער אַקאַדעמישער פֿאַרלאַג „בריל‟ אַרויסגעגעבן אַ נײַ בוך מיטן נאָמען „אַ וועגווײַזער פֿאַר ייִדישע שפּראַכן‟, אונטער דער רעדאַקציע פֿון אַהרן רובין.
דאָס בוך שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אַנטאָלאָגיע פֿון פֿאָרשערישע אַרטיקלען, וואָס דערציילן וועגן די באַזונדערקייטן פֿון כּלערליי שפּראַכן, דיאַלעקטן און ריידענישן, וואָס זענען אַמאָל געווען בײַ פֿאַרשיידענע ייִדישע עדות במשך פֿון דער געשיכטע, ווי אויך אַזעלכע הײַנטצײַטיקע שפּראַך־פֿענאָמענען, ווי דער ייִדישער וואַריאַנט פֿון שפּאַניש און ענגליש אין אַמעריקע, אָדער געוויסע ייִדישע עלעמענטן בײַ די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן.
דער כאַאָטישער אויסקלײַב פֿון די שפּראַכן אינעם בוך שאַפֿט אַ משונהדיקן אײַנדרוק. מע וואָלט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז ייִדיש דאַרף אין אַזאַ „וועגווײַזער‟ פֿאַרנעמען דאָס בכּבֿודיקע ערשטע אָרט, אָדער כאָטש דאָס דריטע, נאָכן תּנ״כישן לשון־קודש און תּלמודישן תּרגום־לשון. מילא, אויב מע נעמט אין באַטראַכט, אַז אַראַביש האָט אין מיטל־עלטער געדינט בײַ די מיזרחדיקע ייִדן ווי די עיקר־שפּראַך סײַ אינעם מויל, סײַ אין ליטעראַטור, וואָלט מען געמעגט, לויטן כראָנאָלאָגישן פּרינציפּ, אָפּשטופּן אונדזער לשון נאָך אַ ביסל ווײַטער. למעשׂה, געפֿינט זיך ייִדיש אינעם בוך אויפֿן סאַמע לעצטן אָרט, נאָך כּמעט צוויי טוצן פֿאַרשיידענע לשונות, כּמו־לשונות און צווייפֿלהאַפֿטיקע פּרוּוון צו אַנטדעקן אַ כּמו־שפּראַך.
אין גרוזיע, למשל, האָבן ייִדן גערעדט אויפֿן געוויינטלעכן גרוזיניש. אַדרבה, די אָרטיקע ייִדן האָבן במשך פֿון דורות זיך נאַטירלעך באַטראַכט ווי אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם גרוזינישן פֿאָלק. מיט ייִדישע אותיות האָבן זיי, אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿראַנצויזישע אָדער פּערסישע ייִדן, דווקא נישט געשריבן. דער איינציקער עלעמענט, וואָס מע קאָן בײַ זיי באַטראַכטן ווי אַ ספּעציפֿיש ייִדישן, איז דאָס געהיימע הענטשקע־לשון פֿול מיט לשון־קודשדיקע ווערטער. אין געוויינטלעכע אומשטאַנדן האָט מען אָבער אויף אַזאַ זשאַרגאָן נישט גערעדט. לויטן זעלבן פּרינציפּ, זענען אינעם „וועגווײַזער‟ אײַנגעשלאָסן געוואָרן אַזעלכע כּמו־לשונות, ווי דער ייִדישער אונגעריש און שוועדיש.
ייִדיש־אַראַביש און ייִדיש־אַראַמיש וואָלט מען, דווקא פֿאַרקערט, געקאָנט צעטיילן אויף עטלעכע באַזונדערע אַרטיקלען. דאָס זענען נישט צוויי מאָנאָליטישע שפּראַכן, נאָר אַ שלל מיט פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן, ווײַט אָפּגעריסן לינגוויסטיש און געאָגראַפֿיש איינער פֿונעם צווייטן. ייִדיש־איראַנישע שפּראַכן וואָלט מען זיכער געדאַרפֿט באַשרײַבן באַזונדערס; די באַרג־ייִדן פֿון דאַגעסטאַן און די טעהעראַנער ייִדן קאָנען אינגאַנצן נישט פֿאַרשטיין איינער דעם צווייטן. וועגן געוויסע לשונות פֿון באַקאַנטע ייִדישע עדות. למשל, וועגן די ייִדן אין דער כינעזישער שטאָט קײַפֿענג זענען בכלל נישטאָ קיין אַרטיקלען.
ערנסט געזאָגט, נישט געקוקט אויף דער אומגעלומפּערטער מישמאַש־אָרגאַניזאַציע פֿונעם בוך, אַנטהאַלט עס אַ סך גאָר אינטערעסאַנטע און באַלערנדיקע ידיעות. צום בײַשפּיל, דערציילט דער אַרטיקל פֿון לאָרען מיניאָן וועגן דעם, ווי אַזוי ייִדן אין דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע פֿלעגן שרײַבן טערקיש מיטן ייִדישן אַלף־בית. דעם פּרטימדיקן און צעצווײַגטן אַרטיקל וועגן ייִדיש פֿון דער ענגלישער פּראָפֿעסאָרין לילי קאַן, באַגלייט מיט אַ ריי ליטעראַטור־מוסטערן, האָט מען אַרײַנגעשטעלט בײַם סוף לויטן פּרינציפּ „אַחרון אַחרון חבֿיבֿ‟.
אינעם דערמאָנטן מישמאַש שטעקט אויך אַ געוויסער שׂכל; פֿאַרשיידענע בײַשפּילן ווײַזן, אַז אַפֿילו אין די לענדער, וווּ די ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט אינגאַנצן איבערגענומען די שׂפֿת־המדינה, האָבן זיך בײַ ייִדן אַנטוויקלט געוויסע באַזונדערע שטריכן. אָדער מע האָט זיך באַנוצט מיט די ייִדישע אותיות, אָדער, ווי עס באַמערט אַנאַ ווערטשיק, די מחברטע פֿונעם אַרטיקל וועגן דעם ייִדישן וואַריאַנט פֿון רוסיש, זיך ווײַטער באַנוצט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד מיט אַזעלכע ווערטער, ווי „משפּחה‟ און „צרות‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.