די ריכטערין פֿאַביאַנאַ פּאַלמאַזשיני האָט באַזײַטיקט פֿון דער אויספֿאָרשונג פֿון פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַנס טויט די פּראָקוראָרין װיװיאַנאַ פֿײַן, און זי האָט זיך אַליין געשטעלט בראָש דער אַרבעט. זי האָט גלײַך אָנגענומען 49 שריט, װאָס אַלע האָבן געבעטן בײַ דער פּראָקוראָרין, נאָר זי האָט עס נישט געטאָן בעת די 10 חדשים, װאָס זײַנען שוין אַדורך אָן קיין שום רעזולטאַטן.
װאָס אַ טאָג װערט אַלץ קלאָרער, אַז ניסמאַן האָט זיך ניט גענומען דאָס לעבן און אַז סײַ די פֿריִערדיקע רעגירונג און סײַ פֿײַן האָבן אַרויסגעװיזן אומפֿעיִקייטן און ניט געניטקייט. די פֿראַגע איז, צי זיי האָבן דאָס בכּיװן געטאָן צו פֿאַרדעקן ניסמאַנס באַשולדיקונגען אויף דער פּרעזידענטין קריסטינאַ פֿערנאַנדעז־קירכנער.
דער געװעזענער סענאַטאָר מאַריאָ צימאַדעװילאַ, װאָס איז נאָמינירט געװאָרן בראָש אַ ספּעציעלן מלוכה־סעקרעטאַריאַט צו קאָנטראָלירן אין נאָמען פֿון פּרעזידענט מאַוריציאָ מאַקרי ניסמאַנס באַשולדיקונגען, זײַן טויט און דעם אַטענטאַט אויף דער קהילה, האָט שוין אָנגעהויבן צו אַמטירן. דאָס ערשטע איז געװען זיך טרעפֿן מיט שפּיאָנען און די, װעלכע האָבן באַדאַרפֿט אָפּהיטן 24 שעה אין טאָג ניסמאַנען.
דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו האָט אָפֿיציעל פֿאַרבעטן דעם פּרעזידענט מאַוריציאָ מאַקרי צו באַזוכן ישׂראל װי אַן ערן־גאַסט. מאַקרי האָט שוין באַזוכט ישׂראל, װען ער איז געװען בירגערמײַסטער פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס. די אַמבאַסאַדאָרין דורית שבֿיט האָט זיך שוין אַ פּאָר מאָל עפֿנטלעך אויסגעדריקט, אַז עס הייבט זיך אָן אַ נײַע תּקופֿה אין די באַציִונגען צװישן ביידע מדינות.
סוף אָקטאָבער האָבן מיר אינפֿאָרמירט װעגן דעם מצבֿ אין דער שטאָט מאַר דעל פּלאַטאַ, װוּ אַ נעאָ־נאַצישע גרופּע אַטאַקירט האָמאָסעקסואַלן ייִדן, און האָבן באַשמוצט די װענט פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס. די „דאַיאַ‟ האָט זיי אָנגעקלאָגן, אָבער די רעגירונג האָט געשװיגן. נאָך די װאַלן האָבן די נײַע אויטאָריטעטן אָנגעהויבן אַ שטרענגע אַקציע צו באַפֿרײַען די שטאָט פֿון אַזעלכע גרופּעס. די שטאָט געפֿינט זיך בײַם ים, אַ 400 ק״מ פֿון בוענאָס-אײַרעס, און זי איז אַ פּאָפּולערער קוראָרט פֿאַר די זומער־חדשים. זי נעמט אויף אַ פּאָר מיליאָן טוריסטן און מען װיל זי באַפֿרײַען פֿון אָט די גרופּעס.
זונטיק, דעם 20סטן דעצעמבער האָט די „דאַיאַ‟ אָרגאַניזירט אַ קאָנצערט, אין דעם ציקל „דזשעז און בלוז‟, װאָס װערט דורכגעפֿירט אין באָטאַנישן גאָרטן פֿון דער שטאָט בוענאָס-אײַרעס. די קאָנצערטן זײַנען פֿאָרגעקומען די לעצטע אַכט יאָר און דאָס מאָל האָבן ייִדישע אַנסאַמבלען געשפּילט ייִדישע לידער מיט מאָדערנע ריטעמס, אין דעם נוסח פֿון פֿעסטיװאַל.
פֿרײַטיק, דעם 18טן דעצעמבער, האָט מען געלאָזט הערן אין אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿון די באַקאַנטע זשורנאַליסטן, ניקאָלאַס און מיגעל װיניאַצקי, אַ טעלעפֿאָן-שמועס צװישן געװעזענעם קהילה־פֿאָרזיצער, גיזשערמאָ באָרגער און דעם דעמאָלטיקן אויסערן־מיניסטער העקטאָר טימערמאַן. אין דער רעקאָרדירונג פֿון 2012 הערט מען װי באָרגער בעט אים נישט אונטערשרײַבן אַן אָפּמאַך מיט איראַן, און טימערמאַן ענטפֿערט בזה־הלשון: „מיט װעמען זאָל איך אונטערהאַנדלען, אויב נישט מיט די, װעלכע האָבן אונטערגעלייגט די באָמבע אין דער קהילה‟. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל װי אַ פֿאָרשטייער פֿון דער רעגירונג האָט דערקלערט, אַז איראַן איז געװען שולדיק אינעם אַטענטאַט. װען מען האָט בײַ אים געפֿרעגט, צי דער שמועס איז טאַקע פֿאָרגעקומען, האָט ער געענטפֿערט, אַז ער האָט נישט געװוּסט, אַז באָרגער רעקאָרדירט זײַנע געשפּרעכן.
דער יוסטיץ־ און מענטשנרעכט־מיניסטער, כערמאַן גאַראַװאַנאָ, האָט דאָנערשטיק, דעם 17טן דעצעמבער באַזוכט דעם קהילה־בנין, וווּ ער האָט זיך געטראָפֿן מיט די פֿאַרװאַלטונגען פֿון דער קהילה און דער „דאַיאַ‟. קלאַודי אַװרוך, סעקרעטאַר פֿאַר מענטשנרעכט האָט אים באַגלייט. דאָס איז געװען דער ערשטער אָפֿיציעלער באַזוך פֿון מיניסטער אין אַן אינסטיטוציע פֿון לאַנד. ער האָט אָנגעצונדן אַ ליכט לזכר די 85 אומגעקומענע אינעם אַטענטאַט.
דער יוגנט־אָרקעסטער פֿון דער קהילה האָט דאָנערשטיק, דעם 17טן דעצעמבער געשלאָסן אַ יאָר פֿון פּראָדוקטיװער אַרבעט. די 50 אָנטיילנעמער אינעם װאַרשטאַט האָבן פֿירגעבראַכט זייערע דערגרייכונגען אויף אַ קאָנצערט. די אָנטיילנעמער זײַנען קינדער פֿון אָרעמע געגנטן פֿון דער שטאָט, תּלמידים פֿון ייִדישע שולן און שכנים, װאָס געפֿינען אַ פּלאַץ זיך אויסצודריקן און אַנטװיקלען זייערע אינטערעסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.