דעם 9טן דעצעמבער איז אויף דער וויסנשאַפֿטלעכער וועבזײַט Nature.com פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַן אַרטיקל וועגן אַ מיסטעריעזער זילבערנער קמיעה, וואָס די אַרכעאָלאָגן האָבן אַנטדעקט מיט אַ יאָר צוריק אין דער אוראַלטער שטאָט דזשעראַש, יאָרדאַניע, באַקאַנט אין דער גריכיש־רוימישער תּקופֿה ווי געראַסע. דאָס אָרט איז געווען באַוווינט נאָך אין דער שטיינערנער תּקופֿה און איז באַקאַנט ווי אַ קוואַל פֿון אַרכעאָלאָגישע אוצרות. מע איז זיך משער, אַז די קמיעה האָט געשאַפֿן אַ ייִדישער בעל־שם אינעם 8טן יאָרהונדערט, נישט לאַנג נאָך דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון איסלאַם אין דער געגנט.
דער וויסנשאַפֿטלעכער חידוש באַשטייט אין דעם, וואָס דאָס דינע פֿאַרזשאַווערטע זילבער, בלויז אַ צענטל מילימעטער די גרעב, וואָלט זיך צעפֿאַלן, אויב מע וואָלט געפּרוּווט צו עפֿענען די צונויפֿגעוויקלטע אַלטע קמיעה. נאָך 1,300 יאָר פֿון ליגן אין דער ערד איז דער מעטאַל אינגאַנצן קאַליע געוואָרן. אַ דאַנק דער רענטגען־טאָמאָגראַפֿיע און אַ ספּעציעלער קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, האָט זיך דער גרופּע וויסנשאַפֿטלער, בראָש מיט ד״ר רובינאַ ראַדזשאַ פֿון דענמאַרק, אײַנגעגעבן אַרײַנצוקוקן אינעווייניק און איבערלייענען די 17 שורות פֿונעם געהיימנישפֿולן טעקסט, אָפּהיטנדיק דעם אַרטיפֿאַקט אומגעריכט.
בעצם, ווערט די זעלבע טעכנאָלאָגיע באַנוצט אין דער הײַנטיקער מעדיצין, כּדי צו באַקומען דרײַ־דימענסיאָנעלע בילדער פֿון די אינערלעכע אבֿרים. די רענטגען־טאָמאָגראַפֿיע האָט לעצטנס דערמעגלעכט צו אַנטפּלעקן דעם סוד פֿון אַ ריי אוראַלטע אַרכעאָלאָגישע געפֿינסן, אַרײַנגערעכנט דעם באַרימטן „אַנטיקיטערער מעכאַניזם‟ — אַן אוניקאַלער בראָנדזענער אַלט־גריכישער מעכאַנישער קאַלקולאַטאָר, וועלכער איז אָפּגעלעגט איבער 2000 יאָר אויפֿן ים־דנאָ און ממילא דורך און דורך פֿאַרזשאַווערט געוואָרן.
די בריטישע צײַטונג „דיילי מייל‟ און אַנדערע פּאָפּולערע אינפֿאָרמאַציע־קוואַלן האָבן איבערגעגעבן, אַז דער מחבר פֿון דער קמיעה איז, מסתּמא געווען אַ ייִד. אין יענער תּקופֿה זענען אַזעלכע סגולה־חפֿצים געווען פּאָפּולער דווקא בײַ ייִדן. אינעם 8טן יאָרהונדערט האָט אין דזשעראַש געבליט אַ ייִדישע קהילה. די מחברים פֿונעם אָריגינעלן וויסנשאַפֿטלעכן אַרטיקל האַלטן זיך אָפּ פֿון קאָנקרעטע אויספֿירן וועגן דעם מחברס מעגלעכער ביאָגראַפֿיע און פֿאָקוסירן זיך אויפֿן טעקסט פֿון דער קמיעה. לויט זייער אַנאַליז, איז דער טעקסט אָנגעשריבן אויף „כּמו־אַראַביש‟, אויסגעמישט מיט מיסטישע סימבאָלן, ווי דער שטייגער איז אין אַ סך קמיעות. ס׳רובֿ אותיות זעען אויס ענלעך צו די אַראַבישע, אָבער ס׳איז שווער צו געפֿינען וועלכע־ניט־איז באַדײַטפֿולע ווערטער.
די ייִדישע ספֿרים פֿון סגולות און קמיעות זענען פֿול מיט מיסטעריעזע טעקסטן, וואָס באַשטייען פֿון אומזיניקע שמות, וואָס זענען קאָנסטרויִרט געוואָרן דורך קינסטלעכע מאַטעמאַטישע מיטלען אָדער האָבן זיך אַנטפּלעקט צו עפּעס אַ מיסטיקער אין אַ חלום צי אַ וויזיע. פֿונדעסטוועגן, טרעפֿן זיך אין אַזעלכע באַקאַנטע טעקסטן, ווי דער ספֿר „רזיאל־המלך‟ אַ סך גריכישע, פּערסישע און אַנדערע ווערטער, וואָס דערמעגלעכן צו פֿאַרשטיין בעסער די שפּראַך פֿון די אַמאָליקע ייִדישע קהילות און די סבֿיבֿות, וווּ ייִדן האָבן געלעבט. אין געוויסע פֿאַלן, האָבן די אוראַלטע כּישוף־מאַכער אויסגעטראַכט גאַנצע קאָנסטרויִרטע „יענוועלטיקע‟ שפּראַכן.
הגם אינעם דאָזיקן פֿאַל קאָן די פּרעסע־סענסאַציע וועגן דעם ייִדישן כאַראַקטער פֿון דער קמיעה און דער „פֿריִער אומבאַקאַנטער‟ שפּראַך זײַן איבערגעטריבן, בלײַבן אין די מוזייען אַ סך אוראַלטע ייִדישע קמיעות, וואָס געפֿינען זיך אין אַ שטאַרק צעשעדיקן מצבֿ. עס קאָן זײַן, אַז דרײַ געביטן פֿון וויסנשאַפֿט — די קאָמפּיוטער־טאָמאָגראַפֿיע, לינגוויסטיק און היסטאָרישע פֿאָרשונגען פֿון קבלה — וועלן העלפֿן צו אַנטדעקן און דעשיפֿרירן אַזעלכע סגולה־טעקסטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.