נישט לאַנג צוריק איז אינעם בוקאַרעשטער „צענטראַל־אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט‟ פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר, געווידמעט דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין רומעניע. די אונטערנעמונג האָט געהייסן „אַן אַנדער יאָר 1956 — 80 יאָר פֿונעם ייִדישן טעאַטער‟.
אינעם יאָר 1948 האָט די קאָמוניסטישע רעגירונג, וועלכע איז געקומען צו דער מאַכט מיט צוויי יאָר פֿריִער, באַלד נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, געעפֿנט אין דער רומענישער הויפּשטאָט אַ ייִדישן טעאַטער, ווי אַן אָפֿיציעלע מלוכישע אינסטיטוציע. אירע היסטאָרישע שרשים זענען אָבער אַ סך עלטער. אינעם יאָר 1876 האָט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען געגרינדעט, לכתּחילה אין יאַס, די ערשטע פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדישע טעאַטראַלישע טרופּע אין דער וועלט, וועלכע האָט געשפּילט, ווי ס׳איז באַקאַנט, אויף ייִדיש.
צוליב אַזעלכע קלאַסישע ווערק, ווי שלום־עליכמס ראָמאַן „די בלאָנדזשענדע שטערן‟, בלײַבט דאָס לאַנד אַסאָציִיִרט מיט טעאַטער אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אינעם יאָר 1956 איז אין בוקאַרעשט, די הויפּטשטאָט פֿון רומעניע, אַרויס דאָס בוך „80 יאָר ייִדיש־טעאַטער אין רומעניע‟, וואָס דערציילט וועגן דער לאַנגער שעפֿערישער געשיכטע פֿון די אָרטיקע ייִדישע אַקטיאָרן, דראַמאַטורגן און רעזשיסאָרן.
בעת דעם סעמינאַר, האָט די לעקטאָרין, קאָרינאַ פּעטרעסקו, דערציילט וועגן דעם קאָמפּליצירטן מצבֿ פֿונעם רומענישן ייִדישן טעאַטער ווי אַן אָפֿיציעלע אינסטאַנץ, געשטיצט דורך דער סאָוועטיש־קאָנטראָלירטער רעגירונג, און דעם ייִדישן לעבן אינעם לאַנד, וווּ עס האָט געהערשט אַ רעגירונג פֿונעם סאָוועטישן נוסח. די אינסטאַנץ עקזיסטירט ווײַטער און איז באַקאַנט ווי דער עלטסטער טעאַרטער אין דער וועלט, וואָס האָט געשפּילט אָן אַן איבעררײַס במשך פֿון זײַן לאַנגער געשיכטע, אַפֿילו אין די פֿינצטערער חורבן־יאָרן, הגם אונטערן רעזשים פֿונעם פּראָ־נאַציסטישן דיקטאַטאָר יאָן אַנטאָנעסקו האָט מען געמוזט שפּילן אויף רומעניש, אַנשטאָט ייִדיש.
אין דער סאָוועטישער תּקופֿה, איז דער טעאַטער געוואָרן די ערשטע מלוכישע אינטאַנץ אין דער וועלט, וואָס האָט געשטיצט די טעאַטראַלישע טעטיקייט אויף ייִדיש, און וועלכע איז אויפֿגעטראָטן אין די 1960ער און 1970ער יאָרן אין ישׂראל, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע. צוליב פֿאַרשיידענע סיבות, האָט דער ייִדישער טעאַטער געקאָנט פּראַווען צום ערשטן מאָל דעם יוביליי נאָך 80 יאָר זינט ער איז געגרינדעט געוואָרן.
פּעטרעסקו אַרבעט אין אַמעריקע ווי אַ געהילף־פּראָפֿעסאָרין בײַם מיסיסיפּי־אוניווערסיטעט. אינעם יאָר 2010 האָט זי אַרויסגעגעבן אַ בוך וועגן אונטערערדישער דיסידענטישער טעטיקייט אין נאַצי־דײַטשלאַנד. אָנהייבנדיק פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם אָקטאָבער און ביזן קומענדיקן יולי, וועט זי זיך פֿאַרנעמען מיט אַ ספּעציעלן פֿאָרש־פּראָיעקט וועגן דעם היסטאָרישן, קולטורעלן און פּאָליטישן הינטערגרונט פֿונעם בוקאַרעשטער מלוכישן ייִדישן טעאַטער. זי רעדאַגירט איצט אויך אַ בוך וועגן געהיימע פּאָליציי־דאָקומענטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטישן בלאָק, וואָס זי פּלאַנירט אַרויסצוגעבן אינעם קומענדיקן יאָר.
דער טעאַטער האָט איבערגעלעבט די מהומה נאָך דער רומענישער רעוואָלוציע פֿונעם יאָר 1998 און בלײַבט ווײַטער אַ מלוכיש סובסידירטע־אינסטאַנץ, וואָס געפֿינט זיך לעבן דעם בוקאַרעשטער ייִדישן מוזיי. למשל, דעם 20סטן יאַנואַר וועט מען דאָרטן שפּילן דעם ספּעקטאַקל „יום־כּיפּור‟ פֿונעם רעזשיסאָר אַלעקסאַנדרו זשיטעאַ. ס׳רובֿ פֿאָרשטעלונגען ווערן אָבער הײַנט געשפּילט אויף רומעניש. אינגיכן וועט דער טעאַטער פּראַווען זײַן 140־יאָריקן יוביליי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.