אַ באַליבטע כּשרע בעקערײַ אין בראָנקס האָט מאָנטיק געשלאָסן אירע טירן נאָך מער ווי 50 יאָר.
„זאַראָס בעקערײַ‟ אין פּאַרקטשעסטער, מיזרח־בראָנקס, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1959, איז געווען דאָס לעצטע אָרט אין דער געגנט, וווּ מע האָט נאָך געקענט קויפֿן פֿרישע בייגל, חלה, ראָגעלעך און קעז־„דייניש‟. דער אייגנטימער פֿון דער בעקערײַ, מײַקל זאַראָ, האָט געזאָגט, אַז ער האָט געמוזט פֿאַרמאַכן דאָס געשעפֿט צוליב דעם הויכן דירה־געלט.
דאָס בעקערײַ איז געווען איינע פֿון 13 פֿיליאַלן פֿון „זאַראָס‟ איבער דער שטאָט ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי.
נור מאָזנו, אַ פֿאַרוואַלטער, וואָס האָט געאַרבעט די לעצטע נײַן יאָר אין דער בעקערײַ, האָט בעת אַן אינטערוויו מיט דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, איבערגעגעבן, אַז אַ סך קונים זענען די וואָך אַרײַנגעקומען זאָגן, אַז זיי וועלן בענקען נאָכן פֿריש־געבאַקענעם ברויט און בייגל.
„עטלעכע מענטשן האָבן מיך מיט טרערן אין די אויגן געפֿרעגט: ’ווער נאָך וועט וויסן פּונקט וואָס איך וויל, נאָך איידער איך עפֿן דאָס מויל?‘‟ האָט מאָזנו געזאָגט.
הגם פּאַרקטשעסטער איז אַ מאָל געווען אַ לעבעדיקער ייִדישער ייִשובֿ, פֿול מיט סינאַגאָגעס און כּשרע יאַטקעס, זענען די הײַנטיקע אײַנוווינער, צום גרעסטן טייל, שוואַרצע און לאַטינאָס. פֿון דעסטוועגן, האָבן אַפֿילו די נישט־ייִדישע קונים ליב געהאַט די פֿרישע, היימישע געבעקסן אין „זאַראָס‟.
„איך קום אָפֿט אַהער גלײַך נאָך דער אַרבעט, אויב איך האָב נישט קיין כּוח צו קאָכן,‟ האָט טאָמאַס אַסעפֿאַ, אַ 36־יאָריקער שוואַרצער אײַנוווינער פֿון פּאַרקטשעסטער, דערקלערט פֿאַר אַ רעפּאָרטער. „עס שטערט מיך זייער אָט די טענדענץ פֿון פֿאַרבײַטן די אַלטע היימישע קראָמען מיט ריזיקע געשעפֿטן. עס געשעט איצט גלײַך פֿאַר אונדזערע אויגן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.