די פֿאַראייניקטע שטאַטן און רוסלאַנד אַטאַקירן „אײַסיס‟ מער ווי אַלע אַנדערע לענדער, אָבער ישׂראל איז דאָס איינציקע לאַנד, פֿאַר וועמען „אײַסיס‟ האָט טאַקע מורא, גיט איבער אַ דײַטשישער רעפּאָרטער, וועלכער האָט פֿאַרבראַכט 10 טעג מיט „אײַסיס‟־קעמפֿער אין איראַק און סיריע. בעת אַן אינטערוויו מיט דער בריטישער נײַעס־וועבזײַט Jewish News, האָט דער 75־יאָריקער יורגען טאָדענהאָפֿער דערקלערט: „זיי האָבן מיר געזאָגט, אַז זיי ווייסן, אַז די ישׂראלדיקע אַרמיי איז צו שטאַרק פֿאַר זיי.‟
טאָדענהאָפֿער, אַ געוועזענער דעפּוטאַט פֿונעם דײַטשן פּאַרלאַמענט, און אַ מיטגליד פֿון אַנגעלאַ מערקעלס פּאַרטיי „קריסטעלעכע דעמאָקראַטן‟, האָט געמאַכט די רײַזע אין 2014, און אָנגעשריבן אַ בוך וועגן זײַנע איבערלעבונגען. ער איז געווען דער ערשטער מערבֿדיקער זשורנאַליסט, וואָס „אײַסיס‟ האָט דערלויבט אים צו קומען צו זיי — און אויך דערמעגלעכט זײַן אומקערן זיך אַהיים בשלום.
„זיי האַלטן, אַז זיי קענען באַזיגן די אַמעריקאַנער און בריטישע יבשה־כּוחות, ווײַל יענע אַרמייען — זאָגן זיי — האָבן נישט קיין דערפֿאַרונג בײַם באַקעמפֿן טעראָריסטישע סטראַטעגיעס,‟ האָט טאָדענהאָפֿער געשריבן אין זײַן באַריכט. „זיי האָבן מיר אָבער אויך געזאָגט, אַז די ישׂראלדיקע אַרמיי איז די אמתע סכּנה. ’מיר קענען זיי נישט באַזיגן דורך אונדזער איצטיקער סטראַטעגיע, ווײַל יענע מענטשן ווייסן ווי צו קעמפֿן אין אַ גערילע־מלחמה,‘ האָבן זיי מיר געזאָגט.‟
די „אײַסיס‟־פֿירער האָבן דערציילט דעם זשורנאַליסט וועגן די סטאַדיעס פֿון זייער פּלאַן צו באַהערשן די וועלט: צו ערשט, איבערנעמען דעם גאַנצן מיטעלן מיזרח, אַחוץ ישׂראל; דערנאָך באַהערשן אַלע אַנדערע לענדער.
דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת האָט „אײַסיס‟ אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ פֿאַר די ישׂראלדיקע צוהערער, אין וועלכן דער „אײַסיס‟־פֿירער, אַבו באַקר על־באַגדאַדי, דערקלערט: „מיט אַלאַס הילף, קומען מיר צו יעדן טאָג אַלץ נעענטער צו אײַך. די ישׂראלים וועלן אונדז אין גיכן זען אין פּאַלעסטינע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.