דעם 13סטן נאָוועמבער האָט מען אין ווײַסרוסלאַנד אָפּגעמערקט דעם 100־יאָריקן יוביליי פֿון דער ערשטער לעגאַלער שול, וואָס מע האָט געפֿירט לימודים אויף ווײַסרוסיש. אין שײַכות מיט דער דאָזיקער דאַטע, האָט די צײַטונג „נאַשאַ ניוואַ‟, איינע פֿון די עלטסטע און פּאָפּולערסטע אינעם לאַנד, פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל פֿונעם היסטאָריקער וולאַדימיר ליאַכאָוויטש, וווּ עס ווערט דערמאָנט די אינטערעסאַנטע ראָלע, וואָס ייִדיש האָט געשפּילט אין דער געשיכטע פֿון די ווײַסרוסלענדישע בילדונג־אינסטיטוציעס.
די ערשטע געהיימע ווײַסרוסישע שול האָט מען געעפֿנט אין דער מאָלעווער גובערניע אינעם יאָר 1908. ערשט אינעם יאָר 1915, דעם 13טן נאָוועמבער, האָט זיך געעפֿנט אין ווילנע די ערשטע שטענדיקע אינסטאַנץ, וווּ די יונגע תּלמידים האָבן זיך געלערנט אויף זייער מאַמע־לשון, אַנשטאָט רוסיש אָדער פּויליש. אינעם פֿריִיִקן ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט מען די דאָזיקע דאַטע געפּראַוועט ווי דעם „טאָג פֿון דער ווײַסרוסישער שול‟.
מיט אַ חודש שפּעטער, האָט דער דײַטשישער פֿעלדמאַרשאַל פּאַול פֿאָן הינדענבורג אַרויסגעגעבן אַ באַפֿעל וועגן דער בילדונג־סיסטעם אינעם אָקופּירטן שטח „אָבער-אָסט‟, אַרײַנגערעכנט דעם מערבֿדיקן ראַיאָן פֿונעם הײַנטיקן ווײַסרוסלאַנד, לויט וועלכן אין די שולן האָט מען געמעגט זיך באַנוצן מיט פֿיר אָפֿיציעלע שפּראַכן: פּויליש, ווײַסרוסיש, ליטוויש און ייִדיש. שפּעטער, האָט די ווײַסרוסלענדישע סאָוועטישע רעפּובליק געירשנט די דאָזיקע טראַדיציע, אָבער באַזײַטיקט ליטוויש אויפֿן מער רעלעוואַנטן רוסיש.
עס באַקומט זיך אַ פּאַראַדאָקס. בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָט הינדענבערג, וועלכער האָט שפּעטער, אינעם יאָר 1933 אײַנגעשטעלט הילטערן אויף דער פּאָזיציע פֿונעם רײַכסקאַנצלער, אין אַ געוויסער מאָס געגרינדעט מיט 100 יאָר צוריק די סאָוועטישע טראַדיציע פֿון מלוכישע ייִדישע שולן. מיט אָנדערהאַלבן יאָר שפּעטער איז הינדענבורג געשטאָרבן; אויף וויפֿל מע ווייסט, האָט ער נישט געקאָנט זיך משער זײַן, אַז דער נײַער פֿירער וועט פֿאַרוואַנדלען זײַן לאַנד אין אַ מאַשין פֿון רציחה און טויט.
היסטאָריש גערעדט, איז די ווײַסרוסישע ליטעראַטור עלטער, ווי די רוסישע. אין דער גרויסער ליטווישער פֿירשטשאַפֿט האָט ווײַסרוסיש פֿונעם 14טן ביזן 17טן יאָרהונדערט געדינט ווי אַן אָפֿיציעלע מלוכישע שפּראַך. מע האָט עס אָבער דעמאָלט באַטראַכט ווי אַ מערבֿדיקן וואַריאַנט פֿון רוסיש. להיפּוך, האָט מען אין מאָסקווע געשריבן אויף אַ געמיש פֿון רוסיש און אַלט־סלאַוויש, די פֿאַרהייליקטע שפּראַך פֿון דער רוסישער פּראָוואָסלאַוונע קירך.
נאָך דער רעוואָלוציע, האָט מען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אָנערקענט ווײַסרוסיש ווי אַן אומאָפּהענגיק לשון פֿאַר זיך. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז במשך פֿון דער געשיכטע האָט מען געשריבן אויף ווײַסרוסיש מיט פֿיר פֿאַרשיידענע אַלפֿאַבעטן, אַחוץ דעם רוסישן. אויפֿן סמך פֿון פּויליש, האָט מען צוגעטראַכט אַ לאַטײַנישן אויסלייג, און די אָרטיקע טאָטערן, זײַענדיק מוסולמענער, האָבן איבערגעלאָזט אַ סך ווײַסרוסישע ווערק פֿאַרשריבן מיט די אַראַבישע אותיות. עס זענען אויך פֿאַראַן ווײַסרוסישע טעקסטן, פֿאַרשריבן מיטן ייִדישן אַלף־בית.
צום באַדויערן, איז דער מצבֿ פֿון דער שפּראַך ווײַט נישט פֿויגלדיק אינעם הײַנטיקן ווײַסרוסלאַנד, און דערמאָנט אין דער סיטואַציע אין אירלאַנד. אין ביידע לענדער שטיצט די רעגירונג די היסטאָרישע שפּראַך פֿונעם לאַנד, אָבער ס׳רובֿ תּושבֿים ווילן עס נישט לערנען. דרײַ פֿערטל פֿון דער ווײַסרוסלענדישער באַפֿעלקערונג רעדן אין דער היים אויף רוסיש.
וואָס שייך ייִדיש, האָט די ווײַסרוסישע וויצע־מיניסטאָרין פֿון בילדונג, ראַיִסאַ סידאָרענקאָ, באַשטעטיקט דעם פֿאַרגאַנגענעם אויגוסט די שול־פּראָגראַם פֿאַרן איצטיקן לערן־יאָר, לויט וועלכן אין די ייִדישע שולן דאַרפֿן מען פֿונעם 1טן ביזן 9טן קלאַס שטודירן העברעיִש. שוין עטלעכע יאָר האַלט די מיניסטעריום, אַז דאָס איז די „עכטע‟ שפּראַך פֿון דער ייִדישער מינערהייט, להיפּוך צו דער אַמאָליקער סאָוועטישער בילדונג־סיסטעם, וועלכע האָט גאַנץ שׂכלדיק באַשלאָסן, אַז למעשׂה רעדן ייִדן אינעם לאַנד אויף ייִדיש. הײַנט וווינען אינעם לאַנד אַרום 2,000 ייִדיש־רעדער — בערך 7 פּראָצענט פֿון דער אַלגעמיינער ייִדישער באַפֿעלקערונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.