פֿונעם 2טן ביזן 10טן יאַנואַר וועט אינעם פּאַריזער „קלויסטער פֿון סען־זשוליען דעם אָרעמען‟ פֿאָרקומען אַ סעריע קאָנצערטן פֿון ייִדישער און ציגײַנערישער פֿאָקלס־מוזיק מיטן נאָמען „פֿעסטיוואַל פֿון ייִדיש און ציגײַנעריש‟.
דער רומענישער פֿידלער ניקאָלאַ בראַטעסקו, צוזאַמען מיט זײַנע מוזיקער, וועט אויפֿטרעטן מיט פֿאַרשיידענע מעלאָדיעס פֿונעם כּלי־זמרישן און ייִדישן רעפּערטואַר. בעת דעם פֿעסטיוואַל וועלן די מוזיקאַנטן אויך שפּילן די קלאַסישע מוזיק פֿון פֿריץ קרײַסלער, אימרע קלמן, יאָהאַן בראַמס, גריגאָראַש דיניקו און אַנדערע באַקאַנטע קאָמפּאָזיטאָרן. דיניקו איז געווען אַ רומענישער פֿידלער־ווירטואָז, וועלכער איז צום מערסטן באַקאַנט מיט זײַן חידושדיקער ווערסיע פֿון אַ האָראַ־טאַנץ. מע דערציילט, אַז דער באַרימטער ווילנער ייִדישער פֿילדער יאַשאַ חפֿץ האָט אַמאָל געזאָגט, אַז דיניקו איז געווען דער גרעסטער ווירטואָז פֿון זײַן תּקופֿה. קלמן, דער שאַפֿער פֿון אַ צאָל עסטרײַכישע אָפּערעטעס, איז געווען אַ ייִד פֿון אונגערן, וועלכער האָט מיט דערפֿאָלג קאָמבינירט דעם ווינער וואַלץ מיטן אונגערישן טשאַרדאַש.
היסטאָרישע קלויסטערס דינען אָפֿט אין פֿראַנקרײַך ווי צענטערס פֿון פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע אונטערנעמונגען. יונגע ווירטואָזן הייבן צומאָל אָן זייערע קאַריערעס פֿון אַזעלכע קאָנצערטן. צוליב דער נידעריקער פּאָפּולעריטעט פֿון רעליגיע צווישן די פֿראַנצויזישע קריסטן, שטייען אַ סך קלויסטערס ליידיק און האָבן זיך פֿאַקטיש פֿאַרוואַנדלט אין קולטור־צענטערס מיט אַ געראָטענער אַקוסטיק. דער „קלויסטער פֿון סען־זשוליען דעם אָרעמען‟, לכתּחילה אַ רוימיש־קאַטוילישער, איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אינעם 12טן יאָרהונדערט. אינעם 19טן יאָרהונדערט, בעת דער דריטער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע, האָט מען איבערגעגעבן דעם בנין דער גריכיש־קאַטוילישער מעלקיטישער קירך. אינעם יאָר 1921 איז אינעם היסטאָרישן קלויסטער פֿאָרגעקומען איינע פֿון די ערשטע פּראָוואָקאַטיווע אויסשטעלונגען פֿון די באַקאַנטע קינסלטער־דאַדאַיִסטן. הײַנט קומען דאָרטן כּסדר פֿאָר מוזיקאַלישע קאָנצערטן.
אין פֿאַרגלײַך מיט די אָרטיקע שפּאַניש־רעדנדיקע ציגײַנער, מיינט דאָס וואָרט tzigane אויף פֿראַנצויזיש, אין שײַכות צו מוזיק, דווקא די מיזרח־אייראָפּעיִשע ראָמאַ־קולטור, מיט איר אייגענער שפּראַך און מוזיקאַלישער טראַדיציע, וועלכע איז אין רומעניע און אַנדערע מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער היסטאָריש פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן כּלי־זמרישן נוסח. דעריבער, פּאָרן זיך די דאָזיקע טראַדיציעס נאַטירלעך איינע מיט דער צווייטער.
למשל, דער אָדעסער ציגײַנערישער מוזיקאַנט מישקאַ ציגאַנאָוו האָט אַמאָל אַרויסגעגעבן אין ניו־יאָרק אַ קלאַסישן אַלבאָם פֿון כּלי־זמרישע מעלאָדיעס, וועלכע האָבן אויסגענומען אויף דער ייִדישער גאַס; איינע פֿון זײַנע שאַפֿונגען, „דאָס זעקעלע קוילן‟, האָט אינספּירירט צוויי באַזונדערע רעוואָלוציאָנערע לידער אין רוסלאַנד און איטאַליע.
שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/3977
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.