נאָך 25 יאָר איז די טעג אַרױסגעלאָזט געוואָרן דער לעצטער נומער פֿון דער ענגליש־ייִדישער אױסגאַבע „דער בײ‟.
דער זשורנאַל, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן אין 1991 װי אַ קלײן נײַעס־בלעטל פֿאַר די ייִדיש־קלובן לעבן סאַן־פֿראַנסיסקאָ, איז פֿאַרװאַנדלט געװאָרן דורך זײַן גרינדער פֿיליפּ „פֿישל‟ קוטנער אין אַן אױסגאַבע, װאָס האָט איבערגעגעבן ידיעות װעגן ייִדיש און ייִדישע קולטורעלע אונטערנעמונגען איבער דער גאָרער װעלט. „דער בײ‟, װאָס איז געװען געדרוקט אױף ענגליש מיט געװיסע אַרטיקלען אױף ייִדיש — אַרײַנגערעכנט געװיסע קורצע אַרטיקלען פֿונעם „פֿאָרװערטס‟ — אין לאַטײַנישע אותיות, איז געװאָרן דער אָרגאַן פֿון דער „אינטערנאַציאָנאַלער אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדיש־קלובן‟. די אַסאָציאַציע, װאָס בײַם שפּיץ פֿון אירע טעטיקײטן האָט פֿאַרמאָגט העכער 100 צװײַגן אין מער װי אַ טוץ לענדער, האָט אָרגאַניזירט יערלעכע קאָנפֿערענצן פֿון 1993 ביז 2014.
„דער בײ‟ האָט געהאָלפֿן די אָנפֿירער פֿון די ייִדיש־קלובן צוצוגרײטן מאַטעריאַלן פֿאַר זײערע פּראָגראַמען און צו פֿאַרגרעסערן זײער מיטגלידערשאַפֿט. עס האָט אױך געגעבן אַ מעגלעכקײט פֿאַר ייִדישע קולטור־טוער און אַקטיװיסטן זיך צו פֿאַרבינדן אײנער מיטן צװײטן און צו שאַפֿן פּירסום פֿאַר זײערע פּראָדוקטן און אַקטיװיטעטן. די אױסגאַבע האָט פֿאַרבונדן מענטשן פֿון פֿאַרשידענע דורות, בפֿרט אַ צאָל לעבנס־געבליבענע פֿונעם חורבן און ייִנגערע פֿאַרברענטע ייִדישיסטן מיט די דעמאָלט שױן־פּענסיאָנירטע קינדער פֿון אימיגראַנטן, װאָס זענען געקומען פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה. ס׳רובֿ פֿון די מענטשן אין דער לעצטער קאַטעגאָריע האָבן געהערט ייִדיש אין דער הײם אָבער ניט געקענט רעדן, כאָטש ס׳איז בײַ זײ יאָ געבליבן אַ שטאַרקע בענקשאַפֿט נאָך מאַמע־לשון.
„דער בײַ‟ איז אַרױסגעקומען זעלטענער אין די לעצטע יאָרן און איז שפּעטער פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַן עלעקטראָנישער אױסגאַבע. דער עלטסטער דור פֿון די ייִדיש־קלובניקעס איז געװאָרן װײניקער אַקטיװ און די ייִנגערע דורות האָבן זיך מער ניט גענײטיקט אין אַזאַ אױסגאַבע, װײַל מע האָט זיך גרינגער געקענט טײלן מיט אינפֿאָרמאַציע און ידיעות דורך „פֿײסבוק‟ און „טװיטער‟. די אַלטע נומערן, װאָס מע קען לײענען אױף דער אינטערנעץ, בלײַבן אָבער פֿאָרט אַ װיכטיקער קװאַל פֿון אינפֿאָרמאַציע פֿאַר די, װאָס אינטערעסירן זיך אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש־טעטיקייטן אין די 1990ער און 2000ער יאָרן.
במשך פֿון די יאָרן האָט דער זשורנאַל געדרוקט אַרטיקלען פֿון אַזעלכע שרײַבער װי ד״ר דבֿ נױ, ד״ר מאָטל ראָזענבוש, ד״ר חוה לאַפּין, קאָליע באָראָדולין, יאָסל און חנה מלאָטעק, טרױם־קאַץ הענדלער, לילקע מײַזנער, ד״ר זכריה בײקער, לײבל באָטװיניק, סאַבינע ברוקנער און אַ סך אַנדערע באַקאַנטע נעמען אויף דער ייִדישער גאַס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.