דעם 7טן יאַנואַר, וועט פּראָפֿ׳ חוה טורניאַנסקי אויפֿטרעטן אינעם ירושלימער קהילה־צענטער „גינות־העיר‟ מיט אַ לעקציע וועגן גליקל האַמעל — די באַרימטע ייִדישע מחברטע פֿונעם 17טן יאָרהונדערט. די לעקציע איז אַ טייל פֿון ייִדיש־אונטערנעמונגען, וואָס ווערן דורכגעפֿירט יעדן חודש אינעם קהילה־צענטער.
לויט מאַקס ווײַנרײַכס טראַדיציאָנעלער קלאַסיפֿיקאַציע, האָט די תּקופֿה פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור אויף מיזרח־אייראָפּעיִשע דיאַלעקטן זיך אָנגעהויבן בערך אינעם יאָר 1750. ביזן 20סטן יאָרהונדערט, ווען עס האָבן זיך באַוויזן אַזעלכע באַקאַנטע שרײַבערינס און פּאָעטעסעס, ווי קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און אסתּר קרייטמאַן, די עלטערע שוועסטער פֿון יצחק באַשעוויס, האָבן אָבער די מענער געשפּילט די דאָמינירנדיקע ראָלע אין דער ייִדישער ליטעראַרטור. מע ווייסט, אַז אַ צאָל פֿרויען האָבן געשאַפֿן פּאָפּולערע אַלט־ייִדישע תּחינות און אַנדערע ווערק; מיר ווייסן אָבער ווייניק וועגן זייער ביאָגראַפֿיעס.
די זכרונות פֿון גליקל האַמעל (1646—1724), אַ פֿאַרמעגלעכע ייִדישע פֿרוי פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, איז אַ וויכטיקער יוצא־מן־הכּלל. ווען איר מאַן איז ניפֿטר געוואָרן אין 1689, האָט זי איבערגענומען זײַן עסק און איז צוליב דעם אַרומגעפֿאָרן איבער אַ סך אייראָפּעיִשע שטעט, פֿון אַמסטערדאַם און בערלין ביז מעץ און פּאַריז. צוליב דעם לעבעדיקן באַגאַבטן סטיל פֿונעם שרײַבן, שפּיגלען די זכרונות אָפּ גאַנץ גוט די אַטמאָספֿער און קולטור פֿון יענער תּקופֿה — סײַ אין אַלגעמיין, סײַ וואָס שייך דעם ייִדישן לעבן אין מערבֿ־אייראָפּע. די מחברטע דערציילט וועגן כּלערליי ענינים, פֿון פּעסט־מגיפֿות, מלחמות און ים־פּיראַטן, ייִדישע חתונות און די היסטעריע נאָך דער מפּלה פֿון שבתי צבֿיס משיחישער באַוועגונג.
די מחברטע איז געבוירן געוואָרן אין האַמבורג, דײַטשלאַנד, און ניפֿטר געוואָרן אין מעץ, פֿראַנקרײַך. במשך פֿון אַ סך יאָר האָט זי אָבער געוווינט מיט איר מאַן, חיים, אין דער קליינער דײַטשישער שטאָט האַמעלין, באַקאַנט בײַ ייִד ווי האַמעל. אַחוץ דעם וויכטיקן היסטאָרישן, סאָציאַלן און קולטורעלן תּוכן, זענען אירע זכרונות אינטערעסאַנט ווי אַ קוואַל פֿונעם מערבֿדיקן דיאַלעקט פֿון ייִדיש. אין פֿאַרגלײַך מיט די מחברים פֿון ס׳רובֿ אַלטע ייִדישע ביכער, וועלכע האָבן זיך באַנוצט מיט אַ קינסטלעכער ליטעראַרישער פֿאָרעם פֿון דער שפּראַך, איז גליקל האַמעלס סטיל נענטער צום לעבעדיקן גערעדטן ייִדיש פֿון איר תּקופֿה.
חוה טורניאַנסקי איז איינע פֿון די גרעסטע מומחים אין דער אַלט־ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. אינעם יאָר 2006 האָט זי אַרויסגעגעבן אַן אַקאַדעמישע קריטישע אויסגאַבע פֿון גליקל האַמעלס זכרונות אויפֿן אָריגינעלן ייִדיש, באַגלייט מיט אַ פּאַראַלעלער העברעיִשער איבערזעצונג. מיט צוויי יאָר צוריק, האָט זי געוווּנען דעם פּרעסטיזשפֿולן „ישׂראל־פּריז‟.
טורניאַנסקי האַלט, אַז הגם אין ישׂראל ווערט ייִדיש אָפֿט פֿאַרקוקט, האָט דאָס טראַדיציאָנעלע אַשכּנזישע מאַמע־לשון ממשותדיק געווירקט אויף דער הײַנטיקער ישׂראלדיקער שפּראַך און קולטור, און דעריבער טאָר עס נישט פֿאַרגעסן ווערן. ווען זי האָט געוווּנען דעם „ישׂראל־פּריז‟, האָט זי דערקלערט, אַז די אַנדערע ייִדישע לשונות, אַרײַנגערעכנט לאַדינאָ און וואַריאַנטן פֿון אַראַביש און פּערסיש, טאָר מען אויך נישט פֿאַרנאַכלעסיקן.
וואָס שייך גליקל האַמעלס זכרונות, נייטיקט זיך דאָס דאָזיקע ווערק אין ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען. די אַלגעמיינע ראָלע פֿון פֿרויען אין דער געשיכטע פֿון דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור בלײַבט אומקלאָר, ווײַל אַ סך ווערק זענען אָנגעשריבן געוואָרן דורך אַנאָנימע מחברים. ווי אַן אַנדער בײַשפּיל פֿון ביאָגראַפֿישער אינפֿאָרמאַציע, קאָן מען דערמאָנען שׂרה בת־טובֿים — אַ פֿאַרמעגלעכע און געבילדעטע ייִדישע פֿרוי, וועלכע האָט געוווינט אינעם 18טן יאָרהונדערט אויפֿן שטח פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע. איר תּחינות־זאַמלונג „שלשה שערים‟ אַנטהאַלט נישט ווייניק אינפֿאָרמאַציע וועגן איר שווער נע־ונדיש לעבן. דאָס דאָזיקע ווערק ווײַזט אויך, אַז אַ טייל ייִדישע פֿרויען אין יענער תּקופֿה, להיפּוך צום פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, זענען געווען באַקאַנט, אין אַ געוויסער מאָס, מיט גמרא און קבלה. גליקל האַמעל איז אויך באַקאַנט געווען מיטן תּלמודישן מאַטעריאַל — לכל־הפּחות, וואָס שייך די אַגדות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.