די יערלעכע קאָנפֿערענץ „לימוד־ניו־יאָרק‟ שײדט זיך אונטער פֿון אַנדערע ייִדישע אונטערנעמונגען צוליב דעם, װאָס עס ברענגט צונױף גאָר אַ פֿאַרשידנאַרטיקע גרופּע מענטשן און מע רעדט דאָרט אַרום קאָנטראָװערסיאַלע ענינים, װעגן װעלכע מע טאָר ניט אָפֿיציעל רעדן אױף כּמעט אַלע אַנדערע ייִדישע קאָנפֿערענצן.
הײַיאָר װעט מען, למשל, אַרומרעדן אַזעלכע טעמעס װי דעם מצבֿ פֿון האָמאָסעקסועלע אָרטאָדאָקסישע ייִדן; די פּראָבלעמען בײַ די רעליגיעזע ציוניסטן אין אַמעריקע; די ישׂראלדיקער אָקופּאַציע אויפֿן מערבֿ־ברעג; די עטישקײט פֿון שחיטה און די צוקונפֿט פֿונעם אָרטאָדאָקסישן פֿעמיניזם. אַ געװעזענער צ״הל־זעלנער װעט אַפֿילו אַרומרעדן די מלחמה־פֿאַרברעכנס, װאָס ער האָט געזען בעת דער לעצטער מלחמה אין עזה. אפֿשר צוליב אַזאַ אָפֿנקײט איז ייִדיש געװאָרן אַ שטענדיקער טײל פֿון דער פּראָגראַם אין דער זעלביקער צײַט, װאָס די טעמע פֿון ייִדיש איז כּמעט אין גאַנצן טרײף־פּסול אױף ס׳רובֿ ענלעכע „דזשויִשע‟ אונטערנעמונגען און פֿעסטיװאַלן.
עס בײַטן זיך די רעדנער אױף דער „לימוד־קאָנפֿערענץ‟ יעדעס יאָר צוליב דעם, װאָס מע האָט אײַנגעפֿירט אַ כּלל, אַז קײנער טאָר ניט רעפֿערירן צװײ יאָר נאָכאַנאַנד. הײַיאָר װעט קאָליע באָראָדולין פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟ אָנפֿירן מיט אַ „ייִדיש־אולפּן‟ און דער זינגער אַנטאָני (מרדכי־צבֿי) ראָסל װעט אַרומרעדן די השפּעות פֿון די ייִדישע ספֿרים אױף ייִדישע לידער און פֿאָרשטעלן געװיסע לידער פֿון זײַן רעפּערטואַר.
נאָך אַ רעדע, װאָס האָט אַ פֿאַרבינדונג צו ייִדיש איז נפֿתּלי מאָסטערס רעפֿעראַט װעגן דעם קריזיס פֿון אַלגעמײנער דערציִונג אין די פֿרומע ניו־יאָריקער ישיבֿות. מאָסטער, דער אָנפֿירער פֿון „יאַפֿפֿעד‟, אַן אָרגאַניזאַציע, װאָס װיל אַרײַנפֿירן װעלטלעכע לימודים אין די ניו־יאָריקער ישיבֿות, װעט דערקלערן „פֿאַר װאָס ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן װעלן זײַן אָרעם, אומטאָלעראַנט, איזאָלירט, ניט־דערצױגן, און פֿאַר װאָס וועלן מער מענטשן זײ פֿײַנט האָבן, אױב מע בײַט ניט דעם מצבֿ אין די חרדישע שולן‟.
די קאָנפֿערענץ װעט פֿאָרקומען פֿון פֿרײַטיק, דעם 12טן פֿעברואַר, ביז מאָנטיק, דעם 15טן פֿעברואַר אין סטאַמפֿאָרד, קאָנעטיקוט. נאָך אינפֿאָרמאַציע. //limmudny.org/
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.