לעצטנס, האָב איך באַמערקט אין מדינת־ישׂראל אַ פֿענאָמען, וואָס זעט אויס אַזוי מאָדנע, אַז איך מיין, ס׳איז כּדאַי צו רעדן וועגן אים. עס גייט אַ רייד וועגן די אַראַבישע משפּחות, וואָס דערציילן דעם עולם, אַז זייערע קינדער, וועלכע זענען באַגאַנגען אַ מאָרד אָדער זיך אַקטיוו באַטייליקט אין אַ טעראָר־אַטאַק, זײַנען משוגעים; אַ זאַך, וואָס איז פֿאַררעכנט ווי אַ חרפּה און אַ בושה אין דער אַראַבישער געזעלשאַפֿט, און קען קאַליע מאַכן די שידוכים פֿון די אַנדערע קינדער.
דאָס איז געשען מיט עטלעכע טעג צוריק נאָך דער שיסערײַ אין תּל־אָבֿיבֿ אויף דיזענגאָף־גאַס, אָבער אויך נאָכדעם ווי אַ בעדויִנער בחור איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אין עזה־פּאַס.
נאָכן אַטענטאַט האָט דער אַדוואָקאַט פֿון דעם מערדערס משפּחה, סאַמי מעלכעם, געזאָגט אין דער עלעקטראָנישער צײַטונג „ווײַ־נעט‟, אַז דער שיסער, זײַן קוזין נאַשאַט מעלכעם, לײַדט שוין פֿון לאַנג פֿון עפּעס אַ פּסיכאָלאָגישער קרענק, וואָס איז געוואָרן אַ סך ערגער אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרן. עס זעט אויס, אַז דער אַדוואָקאַט האָט נישט געזאָגט קיין ליגן, ווײַל אַ לערער פֿון נאַשאַט מעלכעם האָט אויך דערציילט דער צײַטונג, אַז דער געוועזענער שילער איז געווען „נישט אין אָרדענונג‟. נאָך אין די יאָרן פֿון זיך לערנען אין דער גימנאַזיע פֿלעגט ער מאַכן פּראָבלעמען יעדן טאָג.
וואָס שייך אַן אַנדער אַראַבער, לכאורה משוגע, דער בעדויִנער בחור פֿון כוראַ, לעבן באר־שבֿע, וואָס איז אַריבערגעגאַנגען די גרענעץ מיט עזה, זײַנען די פּרטים פֿון דעם פֿאַל נישט אַזוי קלאָר; זײַן משפּחה האָט זיך נישט געזאָרגט, אַז ער איז פּלוצעם נעלם געוואָרן; נאָך מער, זיי האָבן זיך באַלד משער געווען, אַז ער געפֿינט זיך אָדער אויפֿן מערבֿ־ברעג, אָדער ערגעץ אין יאָרדאַניע. אַז ער איז אין עזה איז פֿאַר די עלטערן געווען אַ סורפּריז; אַדרבא, זײַן טאַטע איז זיכער, אַז ער וועט קענען אויסנוצן זײַנע באַציִונגען מיט אַנדערע בעדויִנער צו געפֿינען דעם זון. נישט געקוקט אויף דעם, האָט ער געטענהט, אַז דער זון איז נישט געזונט און נאָר צוליב זײַן משוגעת איז ער אַרײַן אין עזה.
ביידע געשיכטעס זײַנען פּשוט שאָקירנדיק צוליב דעם, וואָס אין ביידע פֿאַלן איז עס אַ זאַך פֿון בושה בײַ די אַראַבער. דאָס איז נישט סתּם אַ פֿלעק אויף דער משפּחה, נאָר ממש אַ שרעק. די פֿאָרשער פֿון פּסיכאָלאָגישן און פּסיכיאַטרישן געזונט אין מיטל־מיזרח זאָגן, אַז די מוסולמענער קוקן אויף אַזעלכע קרענק ווי אויף אַ שטראָף פֿון גאָט אָדער אַפֿילו אַ סימפּטאָם פֿון בייזע ריחות. דאָס וואָס אַ מענטש לײַדט פֿון אַזאַ קרענק, איז אַ שאַנדע פֿאַר דער גאַנצער משפּחה; און אַ מיידל וואָס לײַדט דערפֿון, פּרוּווט אָפֿט צו באַהאַלטן די קרענק, כּדי זי זאָל נישט האָבן פּראָבלעמען מיטן געפֿינען אַ מאַן.
אויב אַזוי, פֿאַרוואָס זשע זײַנען די משפּחות גרייט צו זאָגן, אַז די בחורים זײַנען משוגעים? אין אַן אינטערוויו האָט מעלכעמס ייִדישער אַרבעט־געבער געזאָגט, אַז לויט זײַן מיינונג איז דער בחור אין גאַנצן „נאָרמאַל‟, און אַז אַלע מיטאַרבעטער און קונים האָבן אים ליב געהאַט. פֿון אַ לעגאַלן שטאַנדפּונקט איז אַ סך בעסער צו זײַן משוגע איידער אַ טעראָריסט. וואָס שייך חתונה האָבן, איז דער מינהג בײַ די אַראַבער חתונה צו האָבן מיט אַ שוועסטערקינד אָדער כאָטש מיט עמעצן פֿון דעם זעלבן דאָרף. דאָס הייסט, אַז מען וואָלט געקענט טעאָרעטיש זיך באַהאַלטן פֿון די אויטאָריטעטן, אָבער דאָך פֿירן אַ נאָרמאַל לעבן. דערווײַל דאַרף מען זען, וואָס ס׳וועט אַרויס פֿון דער פֿאָרשונג פֿון מעלכעמס טאַטן.
צו פֿאַרשטיין דעם פֿענאָם פֿון „משוגענע‟ טעראָריסטן איז נישט סתּם אַן אינטעלעקטועלער עקספּערימענט; ס׳איז וויכטיק פֿאַר דער זיכערהײט פֿון מדינת־ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.