בעת אַ זיצונג פֿון די דיפּלאָמאַטישע און זיכערהייט־באַאַמטע אין פּרעמיער בנימין נתניהוס קאַבינעט די וואָך, האָט ער געוואָרנט, אַז ישׂראל מוז זײַן גרייט פֿאַר דער מעגלעכקייט, אַז די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ וועט זיך פֿונאַנדערפֿאַלן.
„מיר מוזן טאָן וואָס מיר קענען אויסצומײַדן אַזאַ זאַך, אָבער גלײַכצײַטיק מוזן מיר זײַן צוגעגרייט, טאָמער געשעט עס טאַקע,‟ האָט ער געזאָגט. במשך פֿון די לעצטע 10 טעג האָט דער קאַבינעט פֿון דיפּלאָמאַטישע און זיכערהייט־באַאַמטע זיך שוין געטראָפֿן צוויי מאָל אין שײַכות מיט דעם ענין צוליב עטלעכע סיבות: דאָס איבעררײַסן דעם דיפּלאָמאַטישן פּראָצעס צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער; די כוואַליע פֿון טעראָריסטישע אַטאַקן; דער עקאָנאָמישער קריזיס אויפֿן מערבֿ־ברעג, און דער פּאָליטישער קריזיס אין דער פּאַלעסטינער פֿירערשאַפֿט אַליין.
אַ ישׂראלדיקער הויכער באַאַמטער האָט געזאָגט, אַז לויט די שוץ־עקספּערטן, איז דער צוזאַמענפֿאַל פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ אַ רעאַליסטישע מעגלעכקייט, און אין אַזאַ פֿאַל, וואָלט ישׂראל געמוזט אַליין אָננעמען דאָס אַחריות איבער די זיכערהייט־ און ציווילע ענינים אין די ראַיאָנען, וואָס געפֿינט זיך איצט אונטער דער שליטה פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ.
בעת די זיצונגען פֿונעם זיכערהייט־קאַבינעט, האָט מען אויך אויסגעדריקט די מיינונג, אַז אַפֿילו אויב ישׂראל טוט וואָס זי קען צו פֿאַרשטאַרקן די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, וועט עס מסתּמא ווייניק העלפֿן, ווײַל זיי האַלטן, אַז די סיבה פֿון איר פֿונאַנדערפֿאַל האָט צו טאָן מיט אינעווייניקסטע ראַנגלענישן, אויף וועלכע ישׂראל האָט אַ קנאַפּע השפּעה.
איין מעגלעכע סיבה פֿאַר וואָס די אינסטאַנץ וואָלט זיך צעפֿאַלן איז דער טויט פֿון איר 81־יאָריקן פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס. דער קאַמף צו באַשטימען אַ יורש קאָן שאַפֿן אַזאַ קריזיס אין דער אינסטאַנץ, אַז זי וועט נישט קענען פֿונקציאָנירן. נישט דער „שין־בית‟ און נישט די מיליטערישע אויסשפּיר־באַאַמטע ווייסן נישט, ווער עס וואָלט געקאָנט פֿאַרנעמען זײַן אָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.