מיטוואָך האָט דער רעדאַקטאָר פֿון דער סאַטירישער פֿראַנצייזישער צײַטונג „שאַרלי כעבדאָ‟ דערקלערט אין אַן אַרטיקל, געווידמעט דעם ערשטן יאָרצײַט פֿונעם טעראָריסטישן אַטאַק אויף איר ביוראָ, אַז הגם די שחיטה האָט דעמאָלט אַרויסגערופֿן אַ גלאָבאַלע דעבאַטע וועגן דער ראָלע פֿון רעליגיע און וואָרט־פֿרײַהייט, האָט קיינער ביז איצט זיך נישט פֿאַרנומען מיט דער קשיא, פֿאַר וואָס די איסלאַמיסטישע טעראָריסטן האָבן באַפֿאַלן אַ כּשרן שפּײַזקראָם.
די דזשיהאַדיסטן האָבן דערהרגעט 17 מענטשן אינעם „שאַרלי העבדאָ‟־ביוראָ אין פּאַריז דעם 7טן יאַנואַר 2015, און אינעם כּשרן שפּײַזקראָם, „היפּער־קאַשער‟ מיט צוויי טעג שפּעטער. די קרבנות זענען געווען די ערשטע אין אַ ריי אַטאַקן, אַרײַנגערעכנט די ריזיקע אַטאַקן דעם 13טן נאָוועמבער — מצד איסלאַמיסטן אין פֿראַנקרײַך אין 2015. בסך־הכּל, זענען במשך פֿונעם יאָר דערהרגעט געוואָרן 147 מענטשן.
„מיר האָבן זיך שוין צוגעוויינט צו דעם, אַז מע הרגעט ייִדן, פּשוט ווײַל זיי זענען ייִדן,‟ האָט דער רעדאַקטאָר, זשעראַר ביאַרד, געשריבן. „דאָס איז אַ טעות, און נישט בלויז וואָס שייך מענטשלעכקייט, נאָר ווײַל דער תּלין באַשליסט אַליין ווער ס׳איז אַ ייִד. דער 13טער נאָוועמבער איז געווען אַ סימן דערפֿון. אין יענעם טאָג האָט דער תּלין באַשלאָסן, אַז מיר זענען אַלע ייִדן.‟
דינסטיק האָבן דער פֿראַנצייזישער פּרעזידענט פֿראַנסואַ האָלאַנד און די פּאַריזער בירגערמײַסטערין אַן הידאַלגאָ אַנטפּלעקט אַ הזכּרה־טאָוול לעבן „היפּער קאַשער‟, מיט די נעמען פֿון די פֿיר קרבנות. זיי האָבן אויך אויפֿגעדעקט אַ טאָוול אינעם ביוראָ פֿון „שאַרלי העבדאָ‟ מיט די נעמען פֿון די 12 קרבנות אין יענעם אַטאַק.
עטלעכע הונדערט מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף ביידע הזכּרה־צערעמאָניעס, האָט די פֿראַנצייזישע נײַעס־אַגענטור AFP געמאָלדן. מיט אַ וואָך פֿריִער האָט דער ישׂראלדיקער מוזיקער שי ברק (שײַ באַראַק) אַרויסגעלאָזט אַ ליד און ווידעאָ, Je Suis Juif, די פֿראַנצייזישע איבערזעצונג פֿון „איך בין אַ ייִד‟ — איינע פֿון די לאָזונגען קעגן עקסטרעמיזם, וואָס איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן נאָך די שחיטות אין יאַנואַר 2015.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.