(די 2 טע זײַט פֿון 2)
נישט צום ערשטן מאָל טרעט דער דאָזיקער רבֿ אויף מיט אויסטערלישע אַרויסזאָגונגען וועגן דעם חורבן. פֿריִער האָט ער געטענהט, אַז די ייִדישע פֿרויען אין די טויט־לאַגערן האָבן זיך געפֿירט „אומצניעותדיק‟, ווײַל זיי האָבן זיך געלאָזט פֿאָטאָגראַפֿירן און אַרײַנגעגאַנגען נאַקעטערהייט אין די גאַז־קאַמערן. ער האַלט אויך, אַז אין די מיטל־מיזרחדיקע לענדער האָבן די ייִדן נישט געליטן בעת דעם חורבן, ווײַל דאָרטן האָבן זיי געהיט די הלכה און געגלייבט אינעם באַשעפֿער, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַשכּנזישע „אַפּיקורסים‟.
נאָכן לעצטן סקאַנדאַל, האָט מזרחי געבעטן מחילה פֿאַר זײַנע ווערטער בײַ דער באַקאַנטער פֿרומער וועבזײַט „ישיבֿה־וועלט‟. ער האָט דערקלערט, אַז מע האָט אים געוויזן די אמתע סטאַטיסטיק און איבערצײַגט, אַז בלויז אַ מיעוט צווישן די, וואָס די נאַציס האָבן אומגעבראַכט צוליב זייער ייִדישן אָפּשטאַם, זענען נישט געווען עכטע ייִדן. ס׳איז אָבער שווער צו גלייבן, אַז ער האָט עס ערנסט געמיינט. מזרחיס באַציִונג צו די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, בפֿרט צו די רוסישע, איז גוט באַקאַנט. דערצו, דערקלערט ער זײַנע „חידושים‟ וועגן דעם חורבן מיט אַ צינישן טאָן און אַ שמייכל, פּונקט אַזוי ווי די עכטע אַנטיסעמיטן.
איינע פֿון מײַנע רוסישע באַקאַנטע, וואָס דאַוונט אין אַ ליובאַוויטשער שיל, האָט פֿאַרטיידיקט דעם קאָנסראָווערסאַלן רבֿ און געמאָלדן אויפֿן „פֿייסבוק‟, אַז דווקא צוליב אים האָט זי זיך פֿאַראינטערעסירט מיט פֿרומע ענינים. ווי אַן אַנדער בײַשפּיל, קאָן מען באַמערקן, אַז מיט צוויי יאָר צוריק האָט די ניו־יאָרקער בוכאַרישע קהילה פֿאַרבעטן מזרחי אויפֿצוטרעטן מיט אַ דרשה, הגם פּונקט אינעם זעלבן ווידעאָ, וווּ ער לייקנט אָפּ דעם חורבן, וואַרפֿט ער זיך אַרויף אויף די בוכאַרער און טענהט, אַז אַ סך פֿון זיי זענען „פּאָלנע גויים‟, כאָטש זיי טראָגן אַ מגן־דוד, פּראַווען בר־מיצוות און לייגן תּפֿילין.
אַ סך קאָמענטאַטאָרן אויף „ישיבֿה־וועלט‟ און „וואָס איז נײַעס‟, אַן אַנדער גאָר באַקאַנטע פֿרומע וועבזײַט, האָבן פֿאַרטיידיקט מזרחיס ווערטער און באַטאָנט, אַז, צום מערסטן, האָט ער געמאַכט אַ „קליינעם‟ אַריטמעטישן טעות.
מזרחי איז דערצויגן געוואָרן אין דער סבֿיבֿה פֿון מיטל־מיזרחדיקע ייִדן. בײַ אַן איראַקישן אָדער סירישן עם־האָרץ איז דאָס אָפּלייקענען דעם ייִדישן חורבן אין מיזרח־אייראָפּע לאַוו־דווקא אַ סימן פֿון אַנטיסעמיטיזם. הגם אין איראַק האָט די צווייטע וועלט־מלחמה אַרויסגערופֿן אַ פּאָליטישן וואַקוּוּם, וועלכער האָט גורם געווען אַן ערנסטע כוואַליע פֿון אַנטיסעמיטיזם, ווערט דער חורבן אָפֿט באַטראַכט ווי אַ פֿרעמדע אייראָפּעיִשע מעשׂה, וואָס מעג דינען ווי אַ קוואַל פֿון צווייפֿלהאַפֿטיקע טעאָריעס.
ס׳איז אויך גרינג צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי אַזאַ פּאַרשוין האָט געוווּנען אַ ממשותדיקע פּאָפּולאַריטעט אַפֿילו צווישן די רוסישע ייִדן. רעדנדיק אויף ענגליש מיט אַ שטאַרקן מיטל־מיזרחדיקן אַקצענט, שאַפֿט ער אַן אײַנדרוק פֿון אַן עקזאָטישן „עכטן‟ רבֿ, וועלכער איז מסוגל צו דערציילן אַ מעשׂה וועגן אַ רוסישן ייִד מיט אַ „מאַראַנץ‟, אַרויסווײַזנדיק אַן עם־הארצישע קענטעניש פֿון אַ פּאָר ייִדישע ווערטער. כּל־זמן די בעל־תּשובֿות פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן אָפּשטאַם אינטערעסירן זיך נישט מיט דער שפּראַך און קולטור פֿון זייערע אָבֿות, וועט אַזאַ עם־הארצות ווײַטער בליִען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.