אַרמייען, אַזוי ווי אַלע געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, דאַרפֿן זיך מיט דער צײַט בײַטן. אַז מע באַטראַכט די ענדערונגען, וואָס עס דאַרף מאַכן אַן אַרמיי, קומט געוויינטלעך אין זינען דאָס באַנוצן זיך מיט פֿאַרשידענע נײַע מיליטערישע וואָפֿנס און טאַקטיקעס, מיט וועלכע זי וועט קעמפֿן קעגן אַנדערע אַרמייען. די ישׂראלדיקע אַרמיי בײַט אָבער אויך אירע כּללים לויט דער פֿאָדערונג פֿון דער געזעלשאַפֿט. ישׂראל האָט, למשל, געלאָזט די האָמאָסעקסועלע סאָלדאַטן צו דינען אָפֿענערהייט נאָך איידער ס׳איז געשען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אויף אַן ענלעכן אופֿן האָט צה״ל לעצטנס געביטן די עסן־ברירות, וואָס אירע סאָלדאַטן קענען אויסקלײַבן, כּדי די וואַקסנדיקע צאָל וועגאַנישע סאָלדאַטן זאָלן האָבן גענוג וואָס צו עסן. וועגאַנער עסן נישט קיין שום פּראָדוקטן, וואָס שטאַמען פֿון חיות — נישט קיין פֿליישיקס, מילכיקס אָדער אייער.
לויט אַ באַריכט, וואָס איז טראַנסמיטירט געוואָרן אויף דער אַמעריקאַנער ראַדיאָ־נעץ NPR, האָט די ישׂראלדיקע אַרמיי געזען בעת דער לעצטער מלחמה אין עזה, אַז אַ סך סאָלדאַטן האָבן ניט גענוג געגעסן, צוליב דעם, וואָס זיי האָבן ניט געהאַט קיין צוטריט צו וועגאַנישע מאכלים. מע שאַצט הײַנט אָפּ, אַז 5% ישׂראלים זענען וועגאַנער.
דער באַשלוס צוצושטעלן מער וועגאַנישע ברירות האָט זיך אָנגעהויבן פֿון אמר יובֿל, אַ וועטעראַן פֿון דער עזה־מלחמה. אמר איז געווען פֿרוסטרירט צוליב דער מאַנגל מיט עסן פֿאַר די סאָלדאַטן, וואָס עסן ניט, ווי ער, קיין שום פֿלייש אָדער פּראָדוקטן, וואָס זענען געמאַכט פֿון חיות (מילך, קעז, אייער און אַזוי ווײַטער).
ער האָט געשריבן זײַנע קאָמאַנדירן אין דער אַרמיי, דערקלערנדיק, אַז מע קען גרינג צוגעבן חומוס און „מילך‟, געמאַכט פֿון סויע־בעבלעך, אַוואָקאַדאָ און נאָך זאַכן, וואָס האָבן אַ סך פּראָטעיִן, אָבער זענען בלויז געמאַכט פֿון פֿרוכטן און גרינסן. די אַרמיי האָט אין גיכן אָנגענומען דעם פֿאָרשלאָג און האַלט איצט אין פֿאַרזיכערן, אַז אַלע סאָלדאַטן, אַפֿילו די וואָס אַרבעטן אויף פֿאַרמאַכטע מיליטערישע באַזעס, זאָלן קענען באַקומען געהעריק וועגאַניש עסנוואַרג.
ס׳איז ניט דאָס ערשטע מאָל, וואָס די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט געענדערט איר פּאָליטיק, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די וועגאַנישע סאָלדאַטן זאָלן זיך פֿילן באַקוועם. שוין אַ פּאָר יאָר שאַפֿט מען ספּעציעלע בערעטן, וואָס אַנטהאַלטן ניט קיין וואָל, און שטיוול, וואָס זענען געמאַכט פֿון אַ קינסטלערישן שטאָף אַנשטאָט לעדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.