די גאַנצע גמרא אויף ייִדיש

The Entire Talmud in Yiddish


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 10, 2016, issue of February 05, 2016.

ווילט איר זיך צוהערן צו אַ ריזיקן קוואַל פֿון לעקציעס אויפֿן פּוילישן ייִדיש מיט אַן אויטענטישן למדנישן טעם? שוין לאַנג זענען אויף דער אינטערנעץ פֿאַראַן די גמרא־שיעורים פֿון הרבֿ אַבֿרהם קאַרפּ ז״ל. יעדן טאָג, ווערן אויף דער וועבזײַט Kolavrohom.com אויסגעשטעלט זײַנע שיעורים פֿון „דף־יומי‟, דעם טעגלעכן בלאַט גמרא, וואָס אין געוויסע פֿרומע קהילות לערנט מען יעדן טאָג, לויט אַ געוויסן קאַלענדאַר, וואָס הרבֿ מאיר שאַפּיראָ האָט צוגעטראַכט אינעם יאָר 1923. מיט דרײַ וואָכן צוריק האָט מען אָנגעהויבן לערנען די מסכתּא „גיטין‟.

נישט לאַנג צוריק, האָט דער „פֿאָרווערטס” דערציילט וועגן דעם ליובאַוויטשער פּראָיעקט פֿון ייִדיש־שיעורים. די אָרגאַניזאַציע „קול אַבֿרהם‟, וואָס געפֿינט זיך אין קראָון־הײַטס און פֿירט אָן מיט דער דערמאָנטער וועבזײַט, איז אַן אַנדער וויכטיקער בײַשפּיל פֿון ליובאַוויטשער ייִדיש־אונטערנעמונגען. אַחוץ דער אינטערנעץ, קאָן מען זיך צוהערן צו די שיעורים אויף אַ צאָל טעלעפֿאָן־נומערן אַרום דער וועלט, פֿון אויסטראַליע ביז בראַזיל.

קאַרפּ איז געווען אַ פּוילישער גאַליציאַנער ייִד, אַ געבוירענער אין פֿראַמפּאָל, נישט ווײַט פֿון לובלין. שאַפּיראָ, לכתּחילה אַ בוקאָווינער, האָט געגרינדעט די באַרימטע ישיבֿה „חכמי לובלין‟ אינעם יאָר 1930 און איז באַקאַנט ווי דער ערשטער פֿרומער מיטגליד פֿונעם פּוילישן פּאַרלאַמענט. אין אַ געוויסן זין, קאָן מען זאָגן, אַז קאַרפּ רעפּרעזענטירט די סבֿיבֿה, וווּ דער גאַנצער מינהג פֿון „דף־יומי‟ איז אויפֿגעקומען, הגם אין די 1930ער יאָר האָט ער געלערנט אין דער באַרימטער נאָוואַרדעקער ישיבֿה, אין ליטע.

בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט קאַרפּ זיך געראַטעוועט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אינעם יאָר 1951 האָט ער זיך באַזעצט אין מאָנטרעאָל, וווּ ער האָט געפֿירט זײַנע גמרא־שיעורים אין אַן אָרטיקער ליובאַוויטשער שיל במשך פֿון 30 יאָר. דער רבֿ איז ניפֿטר געוואָרן אין 1998, אָבער אויף דער אינטערנעץ לעבט ער ווײַטער. אויף דער וועבזײַט זענען אויסגעשטעלט געוואָרן איבער 2,500 רעקאָרדירונגען פֿון זײַנע לעקציעס. אַ פֿאַראינטערעסירטער מענטש קאָן זיי הערן אַ גאַנץ לעבן. ביזן הײַנטיקן טאָג, רופֿן אים אַ סך ליובאַוויטשער, בפֿרט אין מאָנטרעאָל, פּשוט ווי „רב אַבֿרהם‟ און האַלט אים פֿאַרן איינעם פֿון די חשובֿסטע חב״דניקעס. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דער מינהג צו לערנען אַ בלאַט גמרא יעדן טאָג איז נישט אָפֿיציעל אָנגענומען אין חב״ד. אַ טייל ליובאַוויטשער באַציִען זיך צו „דף יומי‟ מיט אַ חשד. להיפּוך צו די ווײַסרוסישע וואָרצלען פֿון דער דאָזיקער חסידישער באַוועגונג, רעדט הרבֿ קאַרפּ אויף אַ פּוילישן ייִדיש. פֿונדעסטוועגן, דינען זײַנע שיעורים ווי אַ קוואַל פֿון ייִדיש־לימודים בײַ אַ סך פֿרומע לײַט.

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז פֿאַר די אָנהייבנדיקע ייִדיש־תּלמידים קאָנען הרבֿ קאַרפּס שיעורים זײַן צו שווער. כּדי זיי צו פֿאַרשטיין, מוז מען זײַן באַהאַוונט אין לשון־קודש און לשון־תּרגום, און דערצו קענען גענוג גוט די יסודות פֿון פֿרומער ייִדישקייט און גמרא־לערנער. דער רבֿ רעדט אויף אַ דיאַלעקט, וואָס שיידט זיך ממשותדיק אונטער פֿון דער „אָפֿיציעלער‟ ליטעראַרישער כּלל־שפּראַך. די קוואַליטעט פֿון די אַלטע רעקאָרדירונגען איז אויך נישט פֿויגלדיק. פֿאַר אַ גענוג פֿליסיקן ייִדיש־קענער קאָנען אָבער די שיעורים דינען ווי אַ כּמעט אומאויסשעפּלעכער קוואַל פֿונעם נאַטירלעכן פּוילישן ייִדיש.



Highlight or double-click any word to see its English translationxDon't show again
loading