סוף דעצעמבער, האָט די צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ באַלערנדיקן אַרטיקל וועגן דער היסטאָרישער אויפֿשריפֿט אויפֿן באַן־וואָקזאַל, וווּ דער צענטער פֿון דער „ייִדישער אויטאָנאָמישער געגנט‟ ווערט באַצייכנט ווי „בּיראָבּידזשאנ‟.
די מחברטע, אַנאַסטאַסיִאַ קורשעוואַ, האָט דערציילט, אַז אַן אַנומלטיקער באַזוכער פֿון ביראָבידזשאַן האָט זיך געווענדט צו דער שטאָטישער מוניציפּאַליטעט און געטענהט, אַז דער לעצטער אות אין דער אויפֿשריפֿט איז אָנגעשריבן מיט אַ טעות און מוז באַזײַטיקט ווערן אויף אַ „לאַנגן נון‟. די הויפּט־רעדאַקטאָרין פֿונעם „ביראָבידזשאַנער שטערן‟, יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ, האָט באַמערקט, אַז דאָס דאָזיקע געשעעניש איז בעצם אַ גוטע בשׂורה. ווײַזט אויס, אַז אין ביראָבידזשאַן באַווײַזן זיך ייִדיש־רעדנדיקע טוריסטן, וואָס אינטערעסירן זיך מיט דער היסטאָרישער ירושה פֿון דער שטאָט, קוקן זיך מיט אויפֿמערק צו די אַלטע אויפֿשריפֿטן און זענען זיך מטריח צו באַקלאָגן זיך אין די שטאָטישע אינסטאַנצן, כּדי צו פֿאַרריכטן די אָרטאָגראַפֿישע גרײַזן.
אין דער אמתן, שטעלט מיט זיך פֿאָר די אויפֿשריפֿט אַ זעלטענעם דענקמאָל דער סאָוועטיש־ייִדישער קולטור. אין די ערשטע יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע האָט די רעגירונג פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד דורכגעפֿירט אויסלייג־רעפֿאָרמען אין אַ ריי שפּראַך, אַרײַנגערעכנט רוסיש. דעם אַלטמאָדישן „האַרטן צייכן‟, וועלכער דערמאָנט, אין אַ געוויסן זין, דעם שטומען „אַלף‟ אינעם ייִדישן וואָרט „חטא‟, האָט מען באַפֿוילן מבֿטל צו זײַן. צוליב דעם זענען אין די 1920ער יאָרן אויפֿגעקומען דאָקומענטן און ביכער מיט אַ מאָדנעם אויסלייג, וואָס שיידט זיך אונטער אי פֿונעם אַלטן, אי פֿונעם נײַעם.
לויט אַן ענלעכער לאָגיק, שרײַבט זיך דאָס וואָרט „חטא‟ לויט דער סאָוועטישער פֿאָנעטישער אָרטאָגראַפֿיע ווי „כעט‟, איגנאָרירנדיק דעם ספּעציפֿישן אויסלייג פֿון לשון־קודשדיקע ווערטער. כּדי צו מאַכן די אָרטאָגראַפֿיע נאָך פּשוטער, האָט מען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אויך מבֿטל געווען די ייִדישע סוף־אותיות. אין דער זעלבער צײַט, האָט מען אָבער אין געוויסע פֿאַרלאַגן אײַנגעפֿירט דעם שטייגער צו שרײַבן דעם אות „בית‟ מיט אַ „דגש‟, כּדי צו מאַכן קלאָר, אַז ס׳איז נישט אַ „בֿית‟.
אינעם יאָר 1961 האָבן די אָפֿיציעלע סאָוועטישע לינגוויסטן באַשלאָסן, אַז אָן די סוף־אותיות זעט די ייִדישע שפּראַך אויס צו אויסטערליש, און אַז קיין גרויסע אָרטאָגראַפֿישע שווערקייט פֿאַרשאַפֿן זיי נישט, דערפֿאַר האָט מען זיי אומגעקערט, אָבער איבערגעלאָזט דעם פֿאָנעטישן אויסלייג פֿון די סעמיטיש־שטאַמיקע ווערטער. אינעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ האָט מען זיך אַלעמאָל באַנוצט מיט די סוף־אותיות, אָבער אינעם „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ — נישט. סאַראַשעווסקאַיאַ דערציילט, אַז ווען זי האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער צײַטונג, אינעם יאָר 1999, פֿלעגט מען דאָרטן נאָך אַלץ שרײַבן לויטן אַלטן וואַריאַנט פֿונעם סאָוועטישן נוסח; דער עצם־נאָמען פֿון דער שטאָט וואָלט מען געקאָנט אויסלייגן ווי „ביראָבידזשאַנ‟.
אויף דער גרויסער שילד, וואָס שטייט אויפֿן אויטאָ־שאָסיי בײַם אַרײַנפֿאָרן אין דער שטאָט, שטייט אָבער געשריבן „ביראָבידזשאַן‟ — מיט אַ „לאַנגן נון‟. מע פֿלעגט אויך אַמאָל „פֿאַרייִדישן‟ דעם נאָמען אַפֿילו אויף רוסיש ווי „בירעבידזשאַן‟. שפּעטער האָט אָבער געוווּנען דער רוסישער אַרויסרייד מיט אַן „אָ‟. אַזעלכע לינגוויסטישע דענקמעלער טרעפֿן זיך אין אַ סך אַנדערע ערטער. למשל, הגם אויף טאָטעריש שרײַבן מען הײַנט אויפֿן סמך פֿון די רוסישע אותיות, זענען אין טאַטאַרסטאַן אָפּגעהיט געוואָרן אַ סך אויפֿשריפֿטן מיטן אַראַבישן אַלף־בית. אין די 1920ער יאָרן האָט די סאָוועטישע מאַכט צוגעטראַכט אַ חידושדיקן פֿאָנעטישע אַראַביש־באַגרינדעטע סיסטעם, וואָס דערמאָנט אין אַ צאָל אַספּעקטן די פּרינציפּן פֿונעם סאָוועטישן ייִדיש. שפּעטער אָבער אַזאַ אויסלייג בטל געוואָרן.
אַזוי צי אַזוי, וואָלט געווען אינטערעסאַנט אַרומצוגיין, ווי געהעריק, די אַלטע ייִדישע מקומות אין ביראָבידזשאַן, און צו אַנאַליזירן די היסטאָרישע און געזעלשאַפֿטלעכע סיבות פֿון אָרטאָגראַפֿישע חילוקים. הגם פֿאַרן אָנהענגער פֿונעם מערבֿדיקן כּלל־ייִדיש קאָנען געוויסע אויפֿשריפֿטן אויסזען אויסטערליש, זענען זיי פֿאָרט אַ וויכטיקער טייל פֿון דער אוניקאַלער ירושה אין דער געגנט, וואָס ווערט נאָך אַלץ אָפֿיציעל באַטיטלט אין רוסלאַנד ווי די „ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.