אַחוץ די ידיעות וועגן אַזעלכע ערנסטע פּראָגראַמען, ווי ייִדיש־לימודים און מוזיק־קאָנצערטן, האָט זיך אויף דער וועבזײַט פֿונעם „קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור און שפּראַך‟ (CYICL) געעפֿנט אַ נײַער ספּעציעלער אָפּטייל, וואָס דערמעגלעכט אײַך זיך צו באַקענען מיט אײַער „ייִדיש־האָראָסקאָפּ‟. אויף אַ טשיקאַוון אופֿן, באַקענט אײַך דער פּראָיעקט מיט אַ צאָל ייִדישע ווערטער, אויסדרוקן און אינפֿאָמאַציע וועגן די ייִדישע פּאָעטן און שרײַבער, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן אונטער פֿאַרשיידענע מזלות. דער וועג צום האָראָסקאָפּ באַווײַזט זיך אויף אַ פּראָמינענט אָרט אויפֿן הויפּטזײַטל.
טראַדיציאָנעל, ווען מע רעדט וועגן די זאָדיאַק־צייכנס אויף ייִדיש, דערמאָנט מען זייערע לשון־קודשדיקע נעמען. די מחברים פֿונעם וועב־אָפּטייל האָבן אָבער באַשלאָסן זיך צו באַנוצן מיט אַזעלכע ייִדישע ווערטער, ווי דער באַראַן, ביק, צווילינג, קראַב, לייב, מויד, וואָגשאָלן, סקאָרפּיאָן, סענטאָר, באָק וואַסער־טרעגער און פֿיש. די נישט־ייִדישע נעמען האָבן די מחברים אויך אייגנאַרטיק איבערגעזעצט אויף ענגליש, אַנשטאָט די אָנגענומענע לאַטײַנישע.
עס באַקומט זיך, אַז הײַנט לעבן מיר אונטערן מזל „באָק‟ אָדער „באַרג־ציג‟, ווי עס ווערט דערקלערט אויף ענגליש. געוויינטלעך, רופֿט מען עס אָן מזל־גדי אָדער אויף לאַטײַניש „קאַרפּיקאָרן‟. די קומענדיקע וואָך הייבט זיך אָן דער חודש פֿונעם „וואַסער־טרעגער‟, מזל־דלי. וואָס שייך די ייִדישע מחברים, איז דער פּאָעט און שרײַבער אַבֿרהם־בער גאָטלאָבער געבוירן געוואָרן דעם 14טן יאַנואַר, אינעם יאָר 1811. דעם 21סטן יאַנואַר, אין 1887, איז דער געבוירן־טאָג פֿון ראָזע לעבענסבוים, מער באַקאַנט ווי די ליטעראַרישער קריטיקערין אַנאַ מאַרגאָלין.
פֿאַר די, וואָס זענען געבוירן געוואָרן צווישן דעם 22סטן דעצעמבער און דעם 19טן יאַנואַר, און האָבן איצט געפּראַוועט זייער יוביליי אונטערן זעלבן הימלישן צייכן, גיט די וועבזײַט אַן עצה צו פֿאָקוסירן זיך אויף די געזונט־ענינים — למשל, אָפּצושטאַטן דעם יערלעכן וויזיט צו אַ דאָקטער, כּדי דער געזונט־מצבֿ זאָל נישט „צעדרייט‟ ווערן, ווי מע דערקלערט אויף ענגליש מיטן ייִדישן וואָרט. „אַרײַן איז די טיר ברייט, נאָר אַרויס איז זי שמאָל‟ — אַזאַ חודשדיק שפּריכוואָרט האָט מען אויסגעקליבן פֿאַר די געבוירענע אונטערן „באָק‟.
ס׳זעט אויס, אַז דער מזל סרטן („ראַק‟) האָבן די שאַפֿער פֿונעם טשיקאַוון פּראָיעקט בכּיוון פֿאַרוואַנדלט אין אַ „קראַב‟, כּדי נישט צו דערמאָנען די שרעקלעכע מחלה. אַלע 12 דערמאָנטע פּאָעטן און שרײַבער געזען געבוירן געוואָרן צווישן 1811 און 1920. עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט צו שאַפֿן אַזעלכע אַסטראָלאָגישע רשימות פֿון באַקאַנטע ייִדישע שפּראַך־טוער, אַרײַנגערעכנט סײַ דעם עלטערן פּעריאָד, סײַ די הײַנטיקע יונגע פּערזענלעכקייטן.
געוויינטלעך, ווערן די מזלות אין דער טראַדיציאָנעלער אַסטראָלאָגיע אַסאָציִיִרט מיט די ייִדישע חדשים, באַגרינדעט אויף אונדזער געמישטן לוח, וואָס נעמט אין באַטראַכט אי די לבֿנה, אי די זון. אין געוויסע ספֿרים — למשל, בײַ רבי אַבֿרהם אבן־עזרא, ווערט באַנוצט דער זון־קאַלענדאַר, וועלכער בינדט צו די געשטערנס יעדעס יאָר צו די זעלבע דאַטעס. לויטן ייִדישן לוח, האָט זיך שוין אָנגעהויבן דער חודש שבֿט, פֿאַרבונדן מיטן מזל־דלי. לויט דער וועבזײַט פֿון דער באַקאַנטער קאַליפֿאָרניער ייִדיש־אָרגאַניזאַציע, איז שוין געקומען די צײַט צו לייענען מאַרגאָלינס ליטעראַרישע עסייען, הגם זי איז געבוירן געוואָרן דווקא אין טבֿת. עס קומט אויס, אַז לויטן ייִדישן חשבון וואָלט זי געדאַרפֿט הײַנט לייענען די ווערק פֿון איר עלטערן קאָלעגע, גאָטלאָבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.