ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

Courtesy of daia.org.ar

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published January 14, 2016, issue of February 05, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ נײַע קאָמערץ־פֿעדעראַציע

אין אַרגענטינע, בראַזיל, אורוגװײַ, פּאַראַגװײַ און טשילע פֿונקציאָנירן לאָקאַלע קאָמערץ־ביוראָען, װאָס סטימולירן דעם מיסחר מיט ישׂראל. דעם לעצטן שבת איז פֿאָרגעקומען אַ זיצונג מיט פֿאָרשטייערס פֿון די פֿיר לענדער און עס איז געשאַפֿן געװאָרן די „קאָמערץ־קאַמער מערקאָסור־ישׂראל‟ (דרום־מאַרק). דאָס װעט סטימולירן דעם עקאָנאָמישן פֿאַרקער מיט ישׂראל, אָבער אויך די פֿעדעראַציע װעט אַמטירן אויף װיסנשאַפֿטלעכע, קולטור און עקאָנאָמישע פֿעלדער.


דער ייִדיש־קלוב „גשר‟ ווערט די וואָך געשלאָסן

זינט דעם 6טן יאַנואַר און יעדן מיטװאָך פֿון די זומער־חדשים יאַנואַר־פֿעברואַר קומען פֿאָר אין ייִדישן קלוב „גשר‟ פֿון דער שכנותדיקער שטאָט באַנפֿילד, אַקטיװיטעטן פֿאַרן עלטערן דור, אָרגאַניזירט פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה. גימנאַסטיק, טענץ, שװימבאַסיין, שפּאַצירן און אַפֿילו יאָגאַ פֿאַרװײַלן די באַטייליקטע, װאָס קומען צו פֿאָרן יעדן טאָג מיט ספּעציעלע אויטאָבוסן, װעלכע פֿאָרן אַרויס פֿון פֿאַרשיידענע געגנטן פֿון דער שטאָט. די װאָך װערט געשלאָסן מיט אַ קבלת־שבת.


פֿילמען אויף דער טעמע „ייִדן אין דער געשיכטע‟

יעדן זונטיק אין אָװנט קען מען אין דער קהילה זען ייִדישע פֿילמען. במשך דעם חודש יאַנואַר איז די טעמע „ייִדן אין דער געשיכטע‟, וווּ מען װײַזט דאָקומענטאַרע פֿילמען פֿון פֿאַרשיידענע פּערזענלעכקייטן. גאָלדע מאיר, אַבא אבֿן, אַנאַ פֿראַנק, שלום־עליכם, שאַגאַל, סוטין, זײַנען אייניקע נעמען פֿון דעם ציקל, װאָס האָט זיך אַנגעהויבן דעם 10טן יאַנואַר, אָנגעפֿירט פֿון מאיר בער, אַ ייִדישער לערער מיט סטאַזש, װאָס האָט זיך ספּעציאַליזירט אין קינאָ און ייִדישער ליטעראַטור.


ערשטע באַזוכן פֿון די מיניסטאָרינס — אין דער קהילה

מאָנטיק, דעם 11טן יאַנואַר האָט די מיניסטאָרין פֿאַר סאָציאַלער אַנטװיקלונג פֿון אַרגענטינע באַזוכט די קהילה. קאַראָלינאַ סטאַנליי האָט דעם ערשטן פֿאָרמעלן באַזוך פֿון איר קאַדענץ געמאַכט אין דער קהילה, וווּ זי האָט באַערט די 85 קרבנות פֿונעם אַטענטאַט און אונטערגעשריבן אָפּמאַכן פֿאַר װײַטערדיקער געמיינזאַמער אַרבעט מיט דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה אויפֿן סאָציאַלן געביט, ספּעציעל פֿאַר קליינע קינדער און דעם עלטערן דור פֿון דער שטאָט.

אויך גואַדאַלופּע טאַליאַפֿערי, די מיניסטאָרין פֿאַר אַנטװיקלונג און װוינונג פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס, האָט באַזוכט די קהילה מיטװאָך דעם 6טן יאַנואַר און צוגעזאָגט פֿאָרצוזעצן מיט די פּראָגראַמען פֿון ייִשובֿ, װאָס זײַנען אַ שם־דבֿר פֿאַר די אײַנװוינער פֿון דער שטאָט.


דער פֿילם „פֿאַרן לעבן־לחיים‟ — אַ שלאַגער פֿון לעצטן חודש

דער דײַטשישער פֿילם „פֿאַרן לעבן־לחיים‟ איז געװאָרן דער שלאַגער פֿון לעצטן חודש אין דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס. דער פֿילם, װאָס איז פּרעזענטירט געװאָרן אויפֿן 15טן פֿעסטיװאַל פֿון דײַטשישן פֿילם, דערציילט די געשיכטע פֿון רות, אַן אַלטע ייִדישע לאָדזשער קאַבאַרעט־זינגערין, װאָס דאַרף פֿאַרלאָזן איר דירה, און פֿון יאָנאַס, אַ יונגערמאַן װאָס העלפֿט איר זיך אַריבערציִען; און װאָס דערמאָנט איר אַן אַלטן געליבטן. דער נאַציזם, דער חורבן און דאָס ייִדישע ליד פּרעכטיק געזונגען, זײַנען די טעמעס פֿונעם פֿילם, װאָס נעמט אויס בײַם ייִדישן און ניט־ייִדישן עולם. דער הויפּטגעדאַנק איז, אַז אַלע מענטשן דאַרפֿן כּסדר קעמפֿן קעגן שטרויכלונגען, און אַלע דאַרפֿן האָבן אַן אָנשפּאַר, װאָס זאָל זיי אַרויסהעלפֿן עס בײַצוקומען.


די באַשולדיקטע איראַנער אינעם אַטענטאַט אויף דער קהילה מוזן געמישפּט װערן „אין אָפּװעזנהייט‟

די „דאַיאַ‟ האָט אויסגעדריקט איר צופֿרידנקייט, װאָס די רעגירונג װעט בעטן דער יוסטיץ, אַז די באַשולדיקטע איראַנער אינעם אַטענטאַט אויף דער קהילה, זאָלן געמישפּט װערן „אין אָפּװעזנהייט‟. די אַרגענטינער אויסערן־מיניסטאָרין, סוסאַנאַ מאַלקאָראַ, האָט דאָנערשטיק, דעם 7טן יאַנואַר געמאָלדן דעם פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟, אַריאל כּהן־סבן, אַז די רעגירונג גרייט צו אַ פּראָיעקט, װאָס דער פּאַרלאַמענט דאַרף פֿאַרװאַנדלען אין אַ געזעץ, װאָס זאָל דאָס דערמעגלעכן, װײַל די אַרגענטינער געזעץ־געבונג דערלויבט נישט אַזאַ פּראָצעדור. דאָס איז געװען אַן אַלטע פֿאָדערונג פֿונעם ייִשובֿ, װאָס די פֿריִערדיקע רעגירונג האָט כּסדר איגנאָרירט.


אַנאַ פֿראַנקס פֿאָטער האָט מען אין 1938 אָפּגעזאָגט באַקומען אַן אַמעריקאַנער וויזע

אין בוענאָס־אײַרעס האָט מען פּובליקירט די פֿאָרשונג, װאָס ריטשאַר ברייטמאַן האָט צוגעגרייט פֿאַרן ניו־יאָרקער „ייִװאָ‟, וווּ ער װײַזט אויף, אַז אָטאָ פֿראַנק, אַנאַס פֿאָטער, האָט צוגעשטעלט אין דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין 1938 די פּאַפּירן צו עמיגרירן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ליידער, האָט מען זײַן בקשה אָפּגעװאָרפֿן איבערן חשד, אַז די נאַצישע שפּיאָנען זאָלן זיך נישט אַרײַנשמוגלען אין לאַנד. אַזוי האָט מען אַ 300.000 װיזעס אָפּגעלייגט.


אַ לעקציע און פֿילם וועגן דרייפֿוס־אַפֿער

דעם 13טן יאַנואַר 1898 האָט עמיל זאָלאַ פּובליקירט זײַן באַרימטן „זש׳אַקיוז־(איך באַשולדיק)‟ אין דער פּאַריזער צײַטונג „ל׳אַוראָר‟, וווּ ער באַשולדיקט אין זײַן אָפֿענעם בריװ צום פֿראַנצייזישן פּרעזידענט פֿעליקס פֿאָרע, די רעגירונג און די יוסטיץ אין דער דרייפֿוס־אַפֿער. מיט אַ לעקציע אין דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע האָט מען דערמאָנט די דאַטע, און מען האָט געװיזן פֿראַגמענטן פֿון דעם פֿילם, װאָס דער ייִדישער אַקטיאָר פּאָל מוני האָט געשפּילט װעגן זאָלאַס לעבן.