נישט לאַנג צוריק, האָט דער רוסישער אינטערנעץ־זשורנאַל takiedela.ru פֿאַרעפֿנטלעכט אַ לאַנגן אינטערוויו מיט דער ייִדישער שרײַבערין מאַשע ראָלניק (ראָלניקײַטע, לויטן ליטווישן נוסח), אַ פֿרוי פֿון דער שארית־הפּליטה, וועלכע האָט איבערגעלעבט דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער שטוטדאָרף און וווינט הײַנט אין פּעטערבורג, וווּ זי פֿאַרנעמט זיך נאָך אַלץ אַקטיוו מיטן ייִדישן לעבן פֿון דער שטאָט, נישט געקוקט אויפֿן בכּבֿודיקן 88־יאָריקן עלטער.
אין 1963, אַ יאָר פֿאַרן אַוועקפֿאָרן פֿון ווילנע קיין פּעטערבוג, האָט זי אַרויסגעגעבן אויף ליטוויש איר בוך „איך מוז דערציילן‟ וועגן דער ווילנער געטאָ, וווּ זי איז געווען פֿאַרשפּאַרט בעתן חורבן און וווּ די נאַציס האָבן אומגעבראַכט איר משפּחה. שפּעטער האָט די מחברטע פֿאַרעפֿנטלעכט אירע זכרונות אויף ייִדיש און רוסיש. הײַנט איז איר בוך שוין אַרויס אויף 18 שפּראַכן. אין אַן אַנדער לאַגער, שטראַסדענהאָף אין לעטלאַנד, האָט זי אָנגעשריבן אַ פּאָפּולער קאַמף־ליד פֿון די פּאַרטיזאַנער.
אינעם נײַעם אינטערוויו, האָט ראָלניק דערקלערט, אַז הגם זי האָט לכתּחילה אָנגעשריבן איר חורבן־בוך אויף ליטוויש, רופֿט בײַ איר די דאָזיקע שפּראַך אַרויס פֿינצטערע אַסאָציאַציעס מיט דער נאַצי־תּקופֿה. אַדרבה, זי האָט באַטאָנט, אַז איר טאָגבוך האָט זי געפֿירט אין די נאַצי־לאַגערן דווקא אויף ייִדיש. „אויף ליטוויש האָבן גערעדט די, וואָס האָבן אין אונדז געשאָסן‟. דערצו, האָט זי מורא געהאַט, אַז טאָמער וועט זי אומקומען און עמעצער וועט געפֿינען אירע זכרונות, וועט מען זיי נישט פֿאַרשטיין. אַ טאָגבוך אויף ייִדיש, האָט זי געהאָפֿט, וואָלט צוגעצויגן אַ גרעסערן אויפֿמערק.
כּדי אָפּצוהיטן אַלע פּרטים פֿון אירע זכרונות, האָט ראָלניק זיי אויסגעלערנט אויף אויסווייניק. דאָס איז איר טאַקע געקומען צו נוץ, ווײַל אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו ברענגען אירע שריפֿטן. דאָרטן האָט זי ווײַטער געשריבן אויף כּלערליי מאַטעריאַלן, אַרײַנגערעכנט ליידיקע זעק פֿון צעמענט.
נאָך דער מלחמה, האָט מען אָנגענומען ראָלניק אינעם מאָסקווער ליטעראַרישן אינסטיטוט אָן עקזאַמען. זי האָט גוט געקענט דעם באַרימטן ייִדישן אַקטיאָרן שלמה מיכאָעלס, וועלכער האָט איבערגעלייענט איר בוך, אָבער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו העלפֿן עס אַרויסגעבן. שפּעטער האָט מען איר דערקלערט, אַז ער האָט מורא געהאַט, אַז בשעת סטאַלינס רדיפֿות וואָלט געווען צו סכּנותדיק עס מפֿרסם צו זײַן. אינעם יאָר 1948 איז מיכאָעלס דערהרגעט געוואָרן נאָכן דירעקטן באַפֿעל פֿון סטאַלין.
בעתן אינטערוויו, האָט ראָלניק זיך באַקלאָגט, אַז געוויסע נאַצי־פֿאַרברעכער זענען נישט באַשטראָפֿט געוואָרן. למשל, הגם דער נאַצי־אָפֿיציר פֿראַנץ מורער האָט פֿאַרטיליקט אַ סך ייִדן אין דער ווילנער געטאָ, האָט מען נישט געפֿונען גענוג קלאָרע ראַיות פֿון זײַן שולד. בעת דעם מישפּט־פּראָצעס אין עסטרײַך, האָט איין עדות אַרײַנגעשמוגלט אַ מעסער אינעם געריכט־זאַל, האָפֿנדיק נקמה צו נעמען פֿאַרן אומברענגען זײַן 6־יאָריקן זון גלײַך פֿאַר די אויגן פֿונעם טאַטן. דעם מעסער האָט די פּאָליציי אָפּגענומען און דעם באַשולדיקטן — באַפֿרײַט.
ראָלניקס זכרונות בלײַבן נאָך אַלץ פּאָפּולער. די רוסישע ווערסיע איז צום ערשטן מאָל אַרויס אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אין די 1960ער יאָרן. אינעם יאָר 2015 האָט מען ווידער אַרויסגעגעבן דאָס בוך. אַ טייל מענטשן מיינען, אַז איר ייִדישער נאָמען מוז זײַן מרים, ווײַל אויף רוסיש רופֿט זי זיך אָן מאַריאַ. אין דער אמתן, איז מאַשע איר עכטער ייִדישער נאָמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.