דער קינסטלער מיכאל צעכאַנאָווסקי (1889—1965) איז באַקאַנט ווי אַ פּראָמינענטער סאָוועטישער רעזשיסאָר פֿון אַנימאַציע־פֿילמען. אינעם יאָר 1930 האָט ער געשאַפֿן דעם ערשטן סאָוועטישן אַנימאַציע־פֿילם — די „פּאָסט‟. זײַנע קאָליריקע שאַפֿונג, אַ זעלטנקייט אין דער תּקופֿה פֿון שוואַרץ־ווײַסע פֿילמען, האָט אויסגענומען אין אַנדערע לענדער, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ די פֿריִיִקע ווערק פֿון דער באַרימטער פֿירמע „דיסני‟ זענען דעמאָלט נאָך געווען אַ חידוש. צעכאַנאָווסקי איז אויך געווען צווישן די ערשטע רעזשיסאָרן, וועלכע האָבן אויסגעאַרבעט אַ חידושדיקן מעטאָד צו קאָמבינירן דעם פֿילם מיטן קלאַנג אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן.
נישט לאַנג צוריק, האָט מאַיאַ קאָרסונסקאַיאַ, אַן אײַנוווינערין פֿון באָסטאָן, דערמאָנט אין איר אַרטיקל אויף רוסיש, אַז צעכאַנאָווסקי איז אויך געווען אַ גרויסער קענער און ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער מוזיק און שפּראַך. למשל, דער דערמאָנטער אַנימאַציע־פֿילם, „די פּאָסט‟, איז געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון שמואל מאַרשאַקס באַרימט ליד. צעכאַנאָווסקי האָט געשאַפֿן פּרעכטיקע אילוסוראַציעס צום רוסישן און ייִדישן וואַריאַנט פֿונעם דאָזיקן ווערק, מיטן נאָמען „בריוונטרעגער‟. דער איבערזעצער, בנימין גוטיאַנסקי, האָט איבערגעאַרבעט מאַרשאַקס אָריגינאַל און פֿאַקטיש געשאַפֿן אַן אייגן ליד. אַן אַנדער וואַריאַנט, פֿון לייב קוויטקאָ, הייסט „די פּאָטשט‟ און איז אַ סך נענטער צום אָריגינאַל. הגם מאַרשאַק, דער קלאַסישער רוסישער קינדער־פּאָעט, איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה, שרײַבן האָט ער געשריבן אויף רוסיש.
אין איר אַרטיקל, דערמאָנט זיך קאָרסונסקאַיאַ וועגן אַ ריי אַנדערע באַרימטע סאָוועטישע ייִדישע קולטור־טוער, וועלכע זי האָט פּערזענלעך גוט געקענט. זי דערמאָנט זיך, אַז מיט עטלעכע יאָר צוריק האָבן דרײַ רוסישע שיכּורים זיך אָנגעהויבן צו איר טשעפּען. ווען זי האָט דערקלערט, אַז זי איז אַ ייִדישע פֿרוי, האָבן זיי געוואָלט הערן, ווי אַזוי עס קלינג איר מאַמע־לשון. פֿון דער האַלב־גראַמאַטישער פֿראַזע „גייט שלאָפֿן, שיכּורים, גענוג שוין טרינקען‟, זענען זיי שטאַרק נתפּעל געוואָרן. צום באַדויערן, איז ייִדיש הײַנט אין רוסלאַנד אַ יקר־המציאה. פֿון די 1960ער ביז די 1990ער יאָרן האָט אָבער אין מאָסקווע געבליט דער פּרעכטיקער ליטעראַרישער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟; עס זענען כּסדר אַרויס ביכער אויף ייִדיש. קאָרסונסקאַיאַ דערמאָנט זיך, ווי אַהרן ווערגעליס, דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם דאָזיקן זשונראַל, האָט איר אַמאָל געזאָגט, אַז בלויז בײַ געוויסע ייִדישע זינגער, אַרײַנגערעכנט נחמה ליפֿשיץ און מיכאל אַלכּסנדראָוויטש, איז פֿאַראַן אין זייער זינגען אַ „ייִדישער קוועטש‟. ווערגעליס האָט זי פֿאַרבעטן אויפֿצוטרעטן לכּבֿוד זײַן יוביליי אינעם מאָסקווער „ליטעראַטן־הויז‟, ווײַל אין איר קול האָט ער דערהערט דעם זעלבן „קוועטש‟.
קאָרסונסקאַיאַ האָט געזונגען קלאַסישע ייִדישע לידער, ווי אויך ווערגעליסעס איבערזעצונגען פֿון רוסיש. דערנאָך איז זי כּסדר אויפֿגעטראָטן מיט ייִדישע לידער אין אַ צאָל אַנדערע באַקאַנטע סאָוועטישע ערטער. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז איר באַלערנדיקער אַרטיקל איז אָנגעשריבן מיט אַן עטוואָס נאַיִוון טאָן. וווינענדיק אין באָסטאָן, גלייבט די מחברטע, אַז „ייִדיש וועט ווײַטער לעבן, אַזוי ווי דער זכּרון פֿון די אומגעקומענע מיליאָנען ייִדן‟. אין דער אמתן, רעדן דאָך אויף ייִדיש גאַנצע ניו־יאָרקער קוואַרטאַלן. מע דאַרף נישט דראַמאַטיזירן איבעריק דעם מצבֿ פֿון אונדזער שפּראַך, וואָס לעבט ווײַטער מיט איר לעבן, נישט געקוקט אויף אַלע שרעקלעכע צרות, אַרײַנגערעכנט דעם נאַצי־חורבן.
ס׳איז אָבער יאָ וויכטיק זיך צו דערמאָנען, אַ דאַנק אַזעלכע אַרטיקלען, אַז אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט אויף אַ געוויסן באַגרענעצטן, אָבער פֿאָרט אַ בולטן אופֿן, געבליבט די ייִדישע קולטור. נישט בלויז אינעם אַמעריקאַנער קינעמאַטאָגראַף האָבן ייִדן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע. דער דערמאָנטער אַנימאַציע־רעזשיסאָר, מיכאל צעכאַנאָווסקי, איז אויך געווען באַקאַנט ווי אַ ייִדישער קולטור־טוער. אַדרבה, פּאַראַדאָקסיש, האָבן די ייִדישע שרײַבער געקאָנט בלויז אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד באַקומען אַן אָפֿיציעלע מלוכישע שטעלע. הלוואַי זאָלן דערשינען מער אַרטיקלען, וואָס זאָלן אונדז דערמאָנען, אַז אינעם סאָוועטישן רוסלאַנד, נישט געקוקט אויפֿן מלוכישן אַנטיסעמיטיזם אין סטאַלינס תּקופֿה און דער אַנטי־רעליגיעזער פּאָזיציע פֿון דער רעגירונג, צוליב וועלכער ס׳איז געווען שווער צו דאַוונען אין די שילן, האָט עקזיסטירט אַ רײַכע אייגנאַרטיקע ייִדישע קולטור, אַרײַנגערעכנט אַ גאַנצע ריי באַגאַבטע שרײַבער, פּאָעטן און מוזיקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.