„פֿאַרליבט אין ייִדיש‟ אָן קענען די שפּראַך

In Love with Yiddish Without Speaking It

אַנטאָני שנײַדער מיט זײַן ראָמאַן Repercussions (אָפּקלאַנגען)
אַנטאָני שנײַדער מיט זײַן ראָמאַן Repercussions (אָפּקלאַנגען)

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 19, 2016, issue of February 05, 2016.

אַז מע לייענט די נאַרישקייטן, וואָס די אַמעריקאַנער ייִדן שרײַבן וועגן דער ייִדישער שפּראַך, דאַרף מען אַ מאָל פּשוט לאַכן, ווײַל טאָמער מע לאַכט ניט, וועט מען זיכער וויינען.

לעצטנס, האָבן מיר באַקומען אַ ידיעה וועגן אַ דזשויִשן שרײַבער, וואָס האָט אָנגעשריבן אַ ראָמאַן וועגן ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן אין דרום־אַפֿריקע און האָט דערפֿאַר „זיך פֿאַרליבט אין ייִדיש‟. דער מחבר, אַנטאָני שנײַדער, האָט אָנגעשריבן אַ קורצן עסיי פֿאַרן וועבזײַטל פֿונעם „ראָט פֿאַר ייִדישע ביכער‟ וועגן זײַן ראָמאַן Repercussions (אָפּקלאַנגען) און די ייִדישע אויסדרוקן, וואָס עס נוצן זײַנע העלדן.

עס זעט אויס, אַז שנײַדער איז אַ טאַלאַנטירטער שרײַבער, וואָס ווייסט אַ סך וועגן די דרום־אַפֿריקאַנער ייִדן (ער איז אַליין אויפֿגעוואַקסן דאָרטן), אָבער פֿון ייִדיש, ווייסט ער אַ קרענק. דאָס וויסן גאָרניט וועגן ייִדיש, הייסט ניט חלילה, אַז מע טאָר ניט שרײַבן וועגן דער שפּראַך אין אַ ראָמאַן צי דערציילונג. מע מוז אָבער יאָ אַכטונג געבן, אַז מע זאָל ניט מאַכן קיין גרויסע פֿעלערן. ס׳איז קלאָר, אַז דער מחבר האָט פּשוט ניט קאָנטראָלירט די שפּראַך מיט עמעצן וואָס רעדט ייִדיש.

קודם, אין זײַן רשימה אויסדרוקן, זענען די ווערטער אויסגעלייגט לויט פֿאַרשידענע טראַנסקריפּציע־סיסטעמען. אין איין וואָרט שרײַבט ער W צו נעמען דאָס אָרט פֿון „וו‟ (אַזוי ווי אויף דײַטש), אין אַן אַנדער וואָרט באַנוצט ער זיך גאָר מיט אַ V (אַזוי ווי אויף ענגליש), און דערנאָך באַנוצט ער זיך מיטן זעלביקן V אויף איבערצוגעבן — „פֿ‟.

צווייטנס, זענען אַ טייל פֿון די דעפֿיניציעס אין גאַנצן ניט ריכטיק. פֿאַרן וואָרט „קעשענעוו‟ גיט ער צו פֿאַרשטיין, אַז דאָס וואָרט באַטײַט „אַ פֿאַרוואָרפֿן אָרט, וווּ ס׳איז שווער אָנצוקומען, לויטן נאָמען פֿון אַ ווײַטער שטאָט אין רוסלאַנד‟. קודם־כּל, געפֿינט זיך קעשענעוו ניט אין רוסלאַנד, און אַוודאי איז די שטאָט ניט עפּעס אַ פֿאַרוואָרפֿן שטעטל ערגעץ אין עק וועלט, נאָר זי איז די הויפּטשטאָט פֿון מאָלדאָווע! דערצו באַטייט עס ביי קיינעם ניט „אַ פֿאַרוואָרפֿן אָרט‟.

נאָך גרויליקער איז זײַן טעות מיט דער פֿראַזע Wayse shtern (ווײַסע שטערן). דער מחבר דערקלערט, אַז זײַן העלד הענרי, וואָס האָט פֿאַרלאָזט ליטע אין די 1930ער יאָרן, האָט געקענט „דאָס פּאָפּולערע ליד‟ פֿון זײַן ליטווישער קינדהייט. שנײַדער שטעלט אַפֿילו אַרײַן אַ פֿאַרבינדונג צום ליד „אונטער דײַנע ווײַסע שטערן‟ אויף „יו־טוב‟ אָבער האָט, אַ פּנים, קיינמאָל ניט אויסגעפֿונען, ווען און ווער עס האָט דאָס ליד אָנגעשריבן. אַבֿרהם סוצקעווער האָט עס אָנגעשריבן אין דער ווילנער געטאָ, דאָס הייסט, מיט 10 יאָר נאָך דעם, וואָס שנײַדערס העלד האָט געדאַרפֿט פֿאַרלאָזן ליטע! אַ פּנים, ווייסט דער מחבר אויך ניט, וואָס עס באַטײַטן די ווערטער אינעם ליד, שוין אָפּגערעדט פֿון זייער קאָנטעקסט.

עס זענען דאָ אַ ריי אַנדערע טעותן אין שנײַדערס עסיי, אָבער ס׳איז ניט כּדאַי אַרײַנצוגריבלען אין זיי. ס׳איז טאַקע אַ שאָד, וואָס עמעצער, וואָס איז „פֿאַרליבט געוואָרן‟ אין ייִדיש באַהאַנדלט די שפּראַך און די געשיכטע פֿון די וואָס האָבן זי גערעדט, אויף אַזאַ עקסצענטרישן אופֿן. ס׳איז אויך אַ בושה, וואָס קיינער בײַם „ראָט פֿאַר ייִדישע ביכער‟ האָט ניט געהאַלטן פֿאַר נייטיק צו קאָנטראָלירן אַזעלכע פֿאַקטן, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, וואָס אַזאַ בכּבֿודיקער פֿאַרלאַג ווי The Permanent Press האָט אַרויסגעלאָזט אַ בוך מיט אַזוי פֿיל גראָבע טעותן.

מער טשיקאַווע ווי די טעותן אַליין, זענען די אויסטערלישע סטערעאָטיפּן, וואָס שנײַדער דריקט אויס וועגן ייִדיש. דער מחבר דערקלערט, אַז: „ייִדיש איז אַ שפּראַך, וואָס גיט זיך אָפּ מער מיט אויסדריקלעכקייט איידער מיט פּרעציזקייט. אַזוי ווי די ׳עקספּרעסיאָניסטישע׳ מאָלער און שרײַבער, וויל די ייִדישע שפּראַך בעסער אויסדריקן די אינערלעכע וועלט פֿון עמאָציע איידער די דרויסנדיקע ווירקלעכקייט. ייִדיש איז אַ שפּראַך מיט אַ לאַנגער געשיכטע, די שפּראַך פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, אַ לינגוויסטישער גבֿית־עדות צו זייער לײַדן און נע־ונד, און המשכדיקייט, זייער חכמה און הומאָר און טרויער. עס דאַכט זיך מיר, אַז הענרי איז אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון דער שפּראַך. זיי זענען ביידע קאָמיש, אומגעדולדיק, פֿול מיט חכמה און גרעבלעך‟.

מע וואָלט געקענט אָנשרײַבן אַ גאַנצע דיסערטאַציע וועגן די אַלע נאַרישקייטן, וואָס געפֿינען זיך בלויז אין דעם איינציקן פּאַראַגראַף; און וואָס זיי לערנען אונדז וועגן דער אַמעריקאַנער ייִדישער באַציִונג צו ייִדיש. ס׳איז בלויז כּדאַי צו דערמאָנען דעם פֿאַקט, אַז צו מאָל איז עס בעסער צו האָבן צו טאָן מיט די שׂונאים פֿון ייִדיש, איידער מיט די, וואָס האָבן זיך „פֿאַרליבט‟ אין מאַמע־לשון…