ווען דער לינגוויסט, דזשאָרדזש יאַכנאָוויץ, האָט אין 2008 אָנגעשריבן אַן אַרטיקל, „פֿאַר וואָס רעדן מיר הײַנט ייִדיש, און נישט יודעאָ־פֿראַנצייזיש?‟
//www.jochnowitz.net/Essays/Yiddish.html
האָט ער נישט געוווּסט, אַז מיט אַכט יאָר שפּעטער וועט מען נאָך אַלץ אַרומרעדן זײַן טעאָריע.
אַסיאַ פּערלצווײַג, אַ לינגוויסטין אין סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט, האָט לעצטנס אויף איר בלאָג, Languages of the World [שפּראַכן פֿון דער וועלט], טאַקע אָנגעשריבן איר אייגענעם אַנאַליז פֿון יאַכנאָוויצס אינטערעסאַנטן עסיי //www.languagesoftheworld.info/geolinguistics/endangered-languages/why-did-yiddish-survive-in-eastern-europe-for-as-long-as-it-did.html
יאַכנאָוויץ האָט געהאַט געשריבן וועגן דעם אומגעריכטן פֿענאָמען, וואָס די ייִדישע שפּראַך איז נישט פֿאַרגעסן געוואָרן נאָך דעם ווי די ייִדן האָבן זיך איבערגעקליבן פֿון די דײַטש־רעדנדיקע לענדער ביז די סלאַוויש־רעדנדיקע אין מיזרח־אייראָפּע. בײַ ס׳רובֿ פֿעלקער, וואָלט אַזאַ דראַמאַטישע געאָגראַפֿישע ענדערונג טאַקע גורם געווען דעם אונטערגאַנג פֿון דער פֿריִערדיקער שפּראַך און די אַנטוויקלונג פֿון אַ נײַ לשון.
יאַכנאָוויץ איז זיך משער, אַז ווען די שפּראַך פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג איז די זעלבע ווי די אָפֿיציעלע שפּראַך פֿונעם לאַנד (אַזוי ווי ענגליש אין אַמעריקע, אָדער פֿראַנצייזיש אין פֿראַנקרײַך), ווערן די ייִדן לינגוויסטיש אַסימילירט און רעדן די אָפֿיציעלע לאַנדשפּראַך אָדער אַ ייִדישן וואַריאַנט דערפֿון.
אָבער אין דער רוסישער אימפּעריע, למשל, וווּ די אָפֿיציעלע שפּראַך איז געווען רוסיש אָבער די ייִדן האָבן געוווינט אין שטעטלעך, וווּ זייערע שכנים האָבן גערעדט אוקראַיִניש, ליטוויש, פּויליש אָדער מאָלדאָוויש, האָבן די ייִדן זיך דערלויבט צו רעדן זייער אייגענע שפּראַך: ייִדיש. און פֿאַרקערט — אין די גרויסע שטעט ווי קיִעוו און אָדעס, וווּ די אָרטיקע שפּראַך איז געווען די לאַנדשפּראַך — רוסיש, האָבן די ייִדן טאַקע געטוישט זייער לשון פֿון ייִדיש אויף רוסיש.
פּערלצווײַג דריקט אָבער אויס ספֿקות וועגן יאַכנאָוויצס טעאָריע. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, למשל, וווינען די אַמעריקאַנער ייִדן, בדרך־כּלל, אין די גרויסע שטעט און פֿאָרשטעט — ניו־יאָרק, דרום־פֿלאָרידע, סאַן־פֿראַנציסקאָ און לאָס־אַנדזשעלעס — וווּ מע הערט דווקא ווייניקער ענגליש אויף דער גאַס, ווי אין ס׳רובֿ אַנדערע שטעט פֿון לאַנד. און דאָך, רעדן כּממעט אַלע אַמעריקאַנער־געבוירענע ייִדן בלויז ענגליש, נישט געקוקט אויפֿן מאַמע־לשון פֿון זייערע עלטערן (אַחוץ, אַוודאי, אין די חסידישע קהילות פֿון ניו־יאָרק, וואָס דאָס איז אַ טעמע פֿאַר זיך).
יאַכנאָוויץ האָט אויך געשריבן וועגן אַ צווייטן אינטערעסאַנטן פֿענאָמען: ווי אַזוי לאַדינאָ איז געבליבן לעבן אַזוי לאַנג נאָכן גירוש־שפּאַניע אין 1492. די ייִדן אין גריכנלאַנד, למשל, האָבן דעמאָלט גערעדט יודעאָ־גריכיש, אָבער ווען די לאַדינאָ־רעדער האָבן זיך דאָרט באַזעצט, זענען די יודעאָ־גריכיש־רעדער אַריבער אויף לאַדינאָ (אַחוץ אין געציילטע ערטער ווי די שטאָט יאַנינאַ און עטלעכע שטעטלעך אין צפֿון־מערבֿ גריכנלאַנד).
פּערלצווײַג טענהט אָבער, אַז דער גורל פֿון לאַדינאָ איז נישט געווען דער זעלבער אין אַלע לענדער. אין די באַלקאַנען־לענדער, איז לאַדינאָ טאַקע געבליבן לעבן ביזן מיט־ 20סטן יאָרהונדערט, אָבער אין איטאַליע איז עס פֿאַרשוווּנדן געוואָרן ווײַל די ייִדן האָבן זיך אומגעקערט צו יודעאָ־איטאַליעניש.
„יאַכנאָוויץ דערקלערט עס דורך דער זעלבער טעאָריע: אין איטאַליע האָבן די אָרטיקע אײַנוווינער טאַקע גערעדט די אָפֿיציעלע שפּראַך, און דערפֿאַר האָט לאַדינאָ פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿון יודעאָ־איטאַליעניש. אָבער בײַם סוף 15טן יאָרהונדערט איז איטאַליע נאָך נישט געווען קיין מאָדערן לאַנד פֿון איין שפּראַך; איטאַליעס געאָ־פּאָליטישע פֿאַראייניקונג איז פֿאָרגעקומען ערשט מיט 350 יאָר שפּעטער,‟ שרײַבט פּערלצווײַג.
ס׳וואָלט טאַקע געווען אינטערעסאַנט צו הערן ווי יאַכנאָוויץ ענטפֿערט אויף פּערלצווײַגס קריטיק, ווײַל די סיבות, פֿאַר וואָס די ייִדישע שפּראַך איז געבליבן לעבן כּמעט טויזנט יאָר לאַנג, איז אַ טעמע, וואָס קאָן פֿאַראינטערעסירן נישט בלויז לינגוויסטן, נאָר אויך די ליבהאָבער פֿון ייִדישע לשונות בכלל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.