דעם 3טן דעצעמבער האָט זיך אינעם ליטווישן „מלוכישן ייִדישן מוזיי פֿונעם ווילנער גאָון‟ געעפֿנט דער נײַער „צענטער פֿון ליטוואַקישער קולטור און קונסט‟. די מוזיי־אַדמיניסטראַציע האָט דערקלערט, אַז אינעם צענטער וועט מען זאַמלען, פֿאָרשן און פּאָפּולאַריזירן די קולטורעלע ירושה פֿון די ליטווישע ייִדן. מע האָפֿט, אַז דער פּראָיעקט וועט צוציִען דעם אויפֿמערק פֿון די אויסלענדישע טוריסטן, פּריוואַטע קונסט־זאַמלער און אַנדערע מוזייען. אַ באַזונדערן טראָפּ וועט דער נײַער צענטער שטעלן אויפֿן קאַמף קעגן די אַלטע אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן, וואָס בלײַבן נאָך אַלץ פֿאַרשפּרייט אין ליטע. פֿון דער צווייטער זײַט, האָפֿט מען צו פֿאַראינטערעסירן די ליטוויש־שטאַמיקע ייִדן אַרום דער וועלט צום היסטאָרישן היימלאַנד פֿון זייערע אָבֿות.
אַ ייִדישע קהילה האָט זיך געשאַפֿן אין ליטע נאָך אינעם 14טן יאָרהונדערט. אין דער תּקופֿה פֿונעם באַרימטן ווילנער גאָון, איז די הויפּטשטאָט פֿונעם לאַנד געווען באַרימט אין דער גאַנצער ייִדישער וועלט ווי „ירושלמים דליטא‟. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿונעם לאַנד באַטראָפֿן בערך 200,000 נפֿשות. כּמעט אַ העלפֿט פֿון די ווילנער תּושבֿים זענען געווען ייִדן.
בעת דעם חורבן, האָבן די נאַציס אומגעבראַכט מער ווי 90 פּראָצענט פֿונעם אַמאָליקן ליטווישן ייִדנטום. הײַנט באַטרעפֿט די אָרטיקע ייִדישע קהילה בערך 4,000 נפֿשות — אַ בלייכער שאָטן אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿאַרמלחמהדיקן מצבֿ.
דער מלוכישער מוזיי פֿונעם ווילנער גאָון באַשטייט פֿון אַ צאָל פֿאַרשיידענע היסטאָרישע ערטער אַרום דער שטאָט. אינעם הויפּט־בנין, וואָס טראָגט דעם נאָמען „דער צענטער פֿון טאָלעראַנץ‟, האָט זיך אַמאָל געפֿונען אַ ייִדישער טעאַטער. אין אַן אַנדער אָרט געפֿינט זיך אַן עקספּאָזיציע לזכר דעם ייִדישן חורבן. אויף דער וועבזײַט פֿונעם מוזיי ווערט דערקלערט, אַז הגם דער נײַער „צענטער פֿון ליטוואַקישער קולטור און קונסט‟ האָט זיך שוין פֿאָרמעל געעפֿנט, ווערט דער בנין איצט איבערגעבויט.
אינעם צוויי־שטאָקיקן מעמאָריאַלן מוזיי, וואָס שטייט אינעם טרויעריק באַרימטן פּאָנאַרער וואַלד, וווּ די נאַציס האָבן פֿאַרטיליקט בערך 100,000 מענטשן, על־פּי־רובֿ ייִדן און געפֿאַנגענע סאָוועטישע סאָלדאַטן, ווערן אויסגעשטעלט פֿאַרשיידענע חפֿצים און דאָקומענטן פֿון די אומגעקומענע. אינעם יאָר 2014 האָט דער דאָזיקער טייל פֿונעם מוזיי־קאָמפּלעקס געליטן פֿון אַ וואַנדאַליזם־אַקט — אַ סימן, אַז אַנטיסעמיטיזם בלײַבט טאַקע אין ליטע אַן אַקטועלע פּראָבלעם. אַן אַנדער ייִדישער מוזיי, דאָס הויז פֿונעם סקולפּטאָר־קוביסט זשאַק (חיים־יעקבֿ ליפֿשיץ) געפֿינט זיך אין דרוסקינינקײַ — אַ קוראָרט־שטאַט אינעם דרומדיקן טייל פֿון ליטע.
די באַזוכער פֿונעם מוזיי־קאָמפּלעקס גיבן איבער, אַז ס׳איז כּדאַי אַרומצוגיין דעם גאַנצן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון ווילנע, ווי אַ טייל פֿונעם מוזיי־וויזיט. די רוסיש־רעדער באַמערקן, אַז די עקספּאָנאַטן ווערן באַגלייט בלויז מיט אויפֿשריפֿטן אויף ענגליש און ליטוויש — אַפּנים, אַ סימן פֿון דער אַנטי־רוסישער פּאָליטיק אין דער הײַנטיקער ליטע. הגם אין ווילנע, אַרײַנגערעכנט די מיטאַרבעטער פֿונעם מוזיי גופֿא, רעדן אַ סך מענטשן אויף רוסיש, שטרעבט די רעגירונג אויסצומעקן די שפּורן פֿון דער אַמאָליקער סאָוועטיש־רוסישער השפּעה.
וואָס שייך דעם ווילנער גאָון, בלײַבט ער, מסתּמא, דער פּאָפּולערסטער ייִדישער תּושבֿ פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט, הגם אין דער דאָזיקער שטאָט האָבן געוווינט און געאַרבעט אַ סך אַנדערע באַרימטע ייִדן, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע גרויסע ייִדישע פּאָעטן, ווי חיים גראַדע, משה קולבאַק און אַבֿרהם סוצקעווער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.