איסמאַיִל פֿענקיאָגלו איז אַ באַגאַבטער טערקישער זינגער און מוזיקער, וועלכער קאָמבינירט די מוזיקאַלישע סטילן פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן און דעם אָטאָמאַנישן מוסולמענישן מיזרח. צוזאַמען מיטן קאָמפּאָזיטאָר און פּיאַניסט דזשייסאָן ראָזענבלאַט האָט ער געשאַפֿן די כּלי־זמרישע גרופּע „שטרײַמל‟, וועלכע וועט אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט דעם 7טן מאַרץ אין דער שטאָט באָקאַ ראַטאָן, פֿלאָרידע, אין דער ביבליאָטעק פֿונעם „אַטלאַנטישן אוניווערסיטעט‟.
פֿענקיאָגלו, אַ געבוירענער אין סטאַמבול, איז אַ מומחה אין טערקישער מוזיק. זײַן גרופּע, געגרינדעט אינעם יאָר 2002 אין מאָנטרעאָל, איז מיט אַ יאָר צוריק נאָמינירט געוואָרן פֿאַרן חשובֿן „פּריז פֿון דער קאַנאַדישער פֿאָלק־מוזיק‟. דער לעצטער אַלבאָם פֿון זײַן גרופּע „שטרײַמל‟, וואָס טראָגט דעם נאָמען „די מיזרחדיקע האָראַ‟, לייגט פֿאָר אַן אייגנאַרטיקע קאָמבינאַציע פֿון כּלי־זמרישע און באַלקאַנער מאָטיוון.
דעם 10טן מאַרץ אין דער זעלבער פֿלאָרידער שטאָט, באָקאַ ראַטאָן, וועט אויפֿטרעטן מיט לידער אויף ייִדיש דער חזן און אָפּערע־זינגער ענטאָני מרדכי־צבֿי ראָסל, וועלכער ספּעציאַליזירט זיך אין דער מוזיקאַלישער ירושה פֿונעם באַרימטן אוקראַיִניש־אַמעריקאַנער ייִדישן זינגער סידאָר בעלאַרסקי. מיט צוויי טעג שפּעטער, וועט אין באָקאַ ראַטאָן אויפֿטרעטן אַן אַנדער כּלי־זמרישער קוואַרטעט, בראָש מיטן וויבראַפֿאָניסט ברײַען פּאַטס. דער וויבראָפֿאָן, אַן אַמעריקאַנער שלאָגלער־אינסטרומענט, איז אַ זעלטענע מציאה אויף כּלי־זמרישע קאָנצערטן. די גרופּע וועט פֿאָרלייגן אייגנאַרטיקע אַראַנזשירונגען פֿון ייִדיש־לידער און חסידישע ניגונים.
אַלע דערמאָנטער מוזיקאַלישע אונטערנעמונגען וועלן פֿאָרקומען אין דער זעלבער ביבליאָטעק בײַם „אַטלאַנטישן אוניווערסיטעט‟, ווי אַ טייל פֿונעם „קולטור־פֿעסטיוואַל‟ — די איינציקע גרויסמאַסשטאַביקע ייִדיש־פּראָגראַם פֿון אַזאַ מין אין דרום־פֿלאָרידע. דער אוניווערסיטעט איז באַקאַנט ווי אַ גרויסער צענטער פֿון מוזיק־רעקאָרדירונגען אויף ייִדיש; אַ סך פֿון זיי זענען אויסגעשטעלט געוואָרן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אויף דער אינטערנעץ. דער פֿעסטיוואַל וועט פֿאָרקומען אינעם „אַטלאַנטישן אוניווערסיטעט‟ פֿונעם 5טן ביזן 12טן מאַרץ.
דער געדאַנק צו קאָמבינירן די טערקישע און ייִדישע מוזיק איז אַ געראָטענער, ווײַל די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן זענען טיף פֿאַרבונדן מיט דער אָטאָמאַנישער און באַלקאַנישער מוזיק. אַזוי צי אַזוי, קומען כּסדר אויף אין דער הײַנטיקער וועלט פֿאַרשיידענע חידושדיקע כּלי־זמרישע גרופּעס. הגם זייער טעטיקייט איז נישט אַלעמאָל דירעקט פֿאַרבונדן מיט ייִדיש, דינען זיי פֿאָרט ווי אַ וויכטיקער טייל און פֿון אונדזער ייִדיש־קולטור, ווי אינעם פֿאַל פֿונעם קומענדיקן ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל אין באָקאַ־ראַטאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.