מאָנטיק, דעם 19טן יאַנואַר 2015 האָט דער פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן, װאָס האָט געהאַט באַשולדיקט דער אַרגענטינער פּרעזידענטין קריסטינאַ פֿערנאַנדעז־קירכנער אין װעלן פֿאַרדעקן די באַשולדיקטע איראַנער אינעם אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, באַדאַרפֿט צושטעלן זײַנע פֿאָרשונגען פֿאַר דעם אַרגענטינער־קאָנגרעס.
זונטיק, דעם 18טן איז ער געפֿונען געװאָרן אַ טויטער, און ביזן הײַנטיקן טאָג װייסט מען נישט, צי ער האָר זיך גענומען דאָס לעבן, צי מען האָט אים דערמאָרדעט; מען װייסט נאָך אויך נישט װיפֿל אַ זייגער איז ער געשטאָרבן. די ריכטערין פֿאַביאַנאַ פּאַלמאַגיני האָט באַזײַטיקט פֿון דער אויספֿאָרשונג די פּראָקוראָרין װיװיאַנאַ פֿיין און אַליין האָט זי אָנגעהויבן די אויספֿאָרשונגען, אַרײַננעמענדיק דעם מאָרד װי נאָך אַ מעגלעכקייט פֿון ניסמאַנס טויט. זונטיק, דעם 17טן יאַנואַר האָט ניסמאַנס מאַמע דורכגעפֿירט אַן אינטימע צערעמאָניע פֿאַרן קבֿר פֿון איר זון צום ערשטן יאָרצײַט.
דעם זעלביקן טאָג האָט דער איצטיקער פּרעזידענט, מאַוריציאָ מאַקרי, אויפֿגענומען אין זײַן פּריװאַטער דאַטשע די טעכטער פֿון דעם פּראָקוראָר ניסמאַן, װאָס זײַנען געקומען באַגלייט פֿונעם רבֿ מאַרסעלאָ פּאָליאַקאָװ, װאָס האָט דורכגעפֿירט אַ צערעמאָניע. מאַקריס פֿרוי און זייער קלענסטע טאָכטער זײַנען בײַגעװען בײַ די טרעפֿונג.
די „דאַיאַ‟ האָט אָרגאַניזירט מאָנטיק, דעם 18טן יאַנונאַר אַן אַקט אונטער דעם לאָזונג „ליכט פֿאַר ניסמאַנען‟. טויזנטער מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אינעם פּאַרק „דײַטשלאַנד‟, נישט װײַט פֿון דער דירה, וווּ די משפּחה ניסמאַן האָט געװוינט. צװישן עולם האָט מען געקענט זען פֿאָרשטייער פֿון דער נאַציאָנאַלער רעגירונג און פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס. די װיצע־פּרעזידענטין גאַבריעלאַ מיקעטי, אַ סך מיניסטאָרן, סענאַטאָרן און דעפּוטאַטן, דער בירגערמײַסטער האָראַסיאָ ראָדריקעז לאַרעטאַ, און אַ סך אַמבאַסאַדאָרן זײַנען געשטאַנען צװישן פּשוטן עולם און נישט געװאָלט שטיין אויף דער בינע. דעם אָװנט האָט אָנגעהויבן די באָבע פֿון ניסמאַנס טעכטער, װאָס האָט איבערגעלייענט אַ רירנדיקן בריװ פֿון יאַראַ און קלאַראַ, װאָס האָבן דערקלערט זייער שטאָלץ פֿאַרן פֿאָטערס איבערגעגעבענער אַרבעט. דער זשורנאַליסט כאָאַקין מאָראַלעס סאָלאַ האָט אין זײַן װאָרט געזאָגט, אַז ער איז איבערצײַגט, אַז מען האָט געװאָלט פֿאַרשװײַגן ניסמאַנען און דערפֿאַר האָט מען אים דערמאָרדעט; ער פֿאָדערט מען זאָל פֿון דאָס נײַ דערעפֿענען ניסמאַנס פֿאָרשונגען, װאָס די ריכטערס, אונטער דעם דרוק פֿון דער פֿריִערדיקער רעגירונג, האָבן אויף גיך אָפּגעװאָרפֿן. דער גענעראַל־פּראָקוראָר, ריקאַרדאָ סאַענז, האָט גערעדט אין נאָמען פֿון די באַאַמטע, װאָס אַרבעטן אין דער יוסטיץ, זאָגנדיק, אַז ניסמאַן איז געפֿאַלן בעת ער האָט אַמטירט, און אַז ער האָט דורכגעפֿירט אַ קאָרעקטע אַרבעט. דער פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟, אַריאל כּהן־סאַבאַן, האָט געפֿאָדערט אין נאָמען פֿון 40 מיליאָן אַרגענטינער, אַז ניסמאַן זאָל נישט װערן דער 86סטער קרבן פֿונעם אַטענטאַט. יעדער רעדנער האָט אָנגעצונדן אַ יזכּור־ליכטל, און יעדער באַטייליקטער האָט נאָך אַלע רעדעס אָנגעצונדן די ליכטלעך, װאָס מען האָט פֿאַרטיילט.
דער עולם האָט אָנגעהויבן זינגען דעם אַרגענטינער הימען און איז זיך צעגאַנגען מיט געבויגענע קעפּ.
די רעגירונג פֿון פּרעזידענט מאַקרי האָט אָנגעהויבן זײַן קאַדענץ מיט 40 טעג צוריק און די באַציִונגען מיטן ייִשובֿ און מיט ישׂראל האָבן זיך געביטן. די װיצע־פּרעזידענטין גאַבריעלאַ מיקעטי האָט זיך געטראָפֿן מיט דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָרין דוריתּ שבֿיט און אויסגעאַרבעט פּלענער פֿאַר געמיינזאַמער אַרבעט. דער פּרעזידענט מאַקרי איז אָפּגעפֿאָרן דינסטיק, דעם 19טן יאַנואַר, צום ערשטן מאָל אין 12 יאָר, קיין דאַוואָס, אין דער שװייץ, צו אַן אינטערנאַציאָנאַלן עקאָנאָמישן פֿאָרום, וווּ ער װעט זיך טרעפֿן, צװישן אַנדערע פֿאָרשטייער פֿון מדינות און מולטינאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿטן, מיטן ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו, דאָנערשטיק, דעם 21סטן, צו באַנײַען די באַציִונגען צװישן ביידע מדינות, װאָס זײַנען פֿאַקטיש איבערגעריסן געװאָרן איבערן אָפּמאַך מיט איראַן.
אין דעם ציקל „ייִדן אין דער געשיכטע‟ פֿון דאָקומענטאַלע פֿילמען, װאָס דער קולטור־דעפּאַרטאַמענט פֿון קהילה פֿירט דורך, האָט מען געװיזן צװיי פֿילמען װעגן צװיי ייִדישע פּאָעטן, באַרימט אין דער אַרגענטינער ליטעראַטור, צעזאַר טיעמפּאָ (ישׂראל צייטלין), און אַלעכאַנדראַ פּיזאַרניק. ביידע האָבן אַרײַנגענומען ייִדישע מאָטיװן אין זייערע שאַפֿונגען און צעזאַר טיעמפּאָ האָט איבערגעזעצט זייער אַ סך מאַטעריאַלן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דאָנערשטיק, דעם 21סטן יאַנואַר האָט לאַוראַ קראַװעץ רעפֿערירט װעגן „ייִדישן בײַטראָג צו דער קונסט פֿון הומאָר‟ און מען האָט געװיזן פֿראַגמענטן פֿון פֿילמען פֿון מאַקס לינדער, ערנסט ליביטש און פֿריץ פֿרעלענג.
אויף דעם ייִשובֿ פֿון באָליװיע דראָט די געפֿאַר פֿון פֿאַרשװינדן. אַזוי האָט דערקלערט ריקאַרדאָ אודלער, ראָש־הקהל פֿון לאַ פּאַז. עס װוינען דאָרט אַ 180 עלטערע מענטשן. די יוגנט פֿאַרלאָזט באָליװיע און פֿאָרט זיך לערנען אין אוניװערסיטעטן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל, אַרגענטינע און בראַזיל, און קומט שוין נישט צוריק. די ייִדישע שול אין באָליװיע האָט 294 תּלמידים און בלויז איינער איז אַ ייִד; מען האַלט זי אין שליסן און פֿאַרקויפֿן דעם בנין. ער שאַצט, אַז אין אַ 15־20 יאָר װעלן מער נישט װוינען קיין ייִדן אין באָליװיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.