דער באַקאַנטער ייִדיש־רוסישער קינסטלער, ביכער־אילוסטראַטאָר און טעאַטראַלישער דעקאָראַטאָר ישׂשכר־בער ריבאַק איז ניפֿטר געוואָרן מיט 80 יאָר צוריק, דעם 21טן דעצעמבער 1935. אויף דער וועבזײַט //publicdomainreview.org, וווּ עס ווערן פֿרײַ אויסגעשטעלט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פֿאַרשיידענע קונסטווערק, וואָס מע מעג אויסנוצן ווי מע וויל, קאָן זיך איצט יעדער באַקענען מיט 30 ריבאַקס ליטאָגראַפֿיעס. די ווירטועלע אויסשטעלונג טראָגט דעם נאָמען „דאָס שטעטל, מײַן צעשטערטע היים: זכרונות פֿון 1922‟.
ס׳רובֿ אויסגעשטעלטע ליטאָגראַפֿיעס האָט דער קינסטלער געשאַפֿן אינעם יאָר 1917. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה איז אין אוקראַיִנע אויסגעבראָכן אַ סעריע פּאָגראָמען אויף ייִדן. ריבאַק שילדערט דאָס אַמאָליקע רויִקע ייִדישע לעבן אין די ייִדישע שטעטלעך. צוליב דער מאָדנע אויסגעקרימטער פּערספּעקטיוו, שאַפֿט זיך אָבער אַן אײַנדרוק, אַז נאָך פֿאַר דער רציחה פֿונעם בירגערקריג, וועלכע איז אויסגעבראָכן נאָך דער רעוואָלוציע, האָט דער קינסטלער שוין געפֿילט, אַז די אַלטע שטעטלדיקע אידיליע וועט זיך לאַנג נישט האַלטן.
אַ געבוירענער אין דער שטאָט יעליסאַוועטגדראַג, הײַנט באַקאַנט ווי קיראָוואָגראַד, וואָס געפֿינט זיך רעלאַטיוו נאָענט צו דער אוקראַיִנישער הויפּטשטאָט, האָט ריבאַק אין 1911—1912 זיך געלערנט אין דער קיִעווער קינסטלערישער שול. אויפֿן סמך פֿון זײַנע לערער, אייגנאַרטיקע קיבאָ־פֿוטוריסטן, עקסטער און באָגאָמאַזאָוו, האָט ער אויסגעאַרבעט אַן אייגענעם אַוואַנגאַרדיסטישן סטיל.
ריבאַק איז געווען אַ באַקאַנטער מיטגליד פֿון דער „קולטור־ליגע‟. די ערשטע יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע האָט ער כּסדר אילוסטרירט קינדער־ביכער אויף ייִדיש.
ווען זײַן פֿאָטער איז דערהרגעט געוואָרן דורך סעמיאָן פּעטליורעס באַנדעס אינעם יאָר 1921, איז דער קינסטלער אַנטלאָפֿן קיין בערלין. שפּעטער האָט ער באַזוכט רוסלאַנד און געשאַפֿן דעקאָראַציעס פֿאַרן ייִדישן טעאַטער אין מאָסקווע, „גאָסעט‟. זינט 1926 ביזן טויט האָט ער געוווינט אין פּאַריז, וווּ ער האָט ממשיך געווען צו אילוסטרירן קינדער־ביכער, אָדער אין אַ מער רעאַליסטישן סטיל.
די אָפֿענע אינטערנעץ־אויסשטעלונג רעפּרעזענטירט דעם פֿריִיִקן, בפֿירוש אַוואַנגאַרדיסטישן פּעריאָד פֿון ריבאַקס שעפֿערישקייט. זײַנע חידושדיקע ווערק האָבן געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אין דער געשיכטע פֿון דער אַוואַנגאַרד־קונסט, וועלכע האָט באַגלייט די סאָוועטישע ייִדישע קולטור.
//publicdomainreview.org/collections/shtetl-my-destroyed-home-a-remembrance-1922/
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.