די לאַדינאָ־נשמה

Ladino Soul

אַנגעל ראָמעראָ און רונית ווילדמאַן־לוי
Artcenter.org
אַנגעל ראָמעראָ און רונית ווילדמאַן־לוי

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 26, 2016, issue of February 19, 2016.

זונטיק, דעם 28סטן פֿעברואַר, וועט אינעם „קאַליפֿאָרניער צענטער פֿון קונסט‟, וואָס געפֿינט זיך אין דער שטאָט עסקאַנדידאָ, נישט ווײַט פֿון סאַן דיעגאָ, פֿאָרקומען אַ קאָנצערט פֿון דער נײַער מוזיקאַלישער פּאָר Ladino Soul (די לאַדינאָ־נשמה), וואָס זינגט לידער אויף לאַדינאָ, די טראַדיציאָנעלע שפּראַך פֿון ספֿרדישע ייִדן.

דער גיטאַריסט־ווירטואָז און דיריגענט אַנגעל רעמאָראָ, אַ געוועזענער מיטגליד פֿון זײַן טאַטנס משפּחה־קוואַרטעט „לאָס ראָמעראָס‟, איז געבוירן געוואָרן אין מאַלאַגע, שפּאַניע, און איז באַקאַנט ווי אַ מײַסטערישער מוחמה פֿון דער קלאַסישער גיטאַר. אין אַמעריקע האָט ער געשפּילט מיטן ניו־יאָרקער פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער און אַנדערע חשובֿע מוזיק־קאָלעקטיוון. די זינגערין רונית ווילדמאַן־לוי פֿאָרט כּסדר אַרום דער וועלט און טרעט אויף מיט איר סאָפּראַן־קול אין פֿאַרשיידענע אָפּערע־הײַזער און אויף מוזיקאַלישע פֿעסטיוואַלן, פֿון סאַן־פֿראַנציסקאָ און ירושלים ביז בערלין און באַנגקאָק.

נישט לאַנג צוריק, האָבן די צוויי מוזיקער באַשלאָסן אויפֿצוטרעטן בשותּפֿות. ווי עס ווערט דערקלערט אינעם אַנאָנס פֿונעם קומענדיקן קאָנצערט, וועלן זיי שפּילן און זינגען דראַמאַטישע לידער אויף אַזעלכע טעמעס, ווי „פֿאַרברעכן, תּאווה, מאָרד און לינקע ליבע‟, פּאָפּולער בײַ די שפּאַניש־שטאַמיקע ספֿרדישע ייִדן, וועלכע האָבן נאָכן גירוש־ספֿרד אָפּגעהיט דעם גײַסט פֿון שפּאַנישע ראָמאַנסן מיט אַ ייִדישלעכן טעם. דער אַנאָנס גיט צו, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט דער אַשכּנזישער מוזיק, וואָס שטאַמט, בדרך־כּלל, פֿון מיזרח־אייראָפּע, און האָט זיך אַנטוויקלט ווײַטער אין די מערבֿדיקע לענדער, שפּיגלט זיך אין דער טראַדיציאָנעלער לאַדינאָ־מוזיק אָפּ גאָר אַן אַנדער און אַ ברייטערער געאָגראַפֿישער שטח — פֿון שפּאַניע, גריכנלאַנד, טערקײַ און די באַלקאַנען, ביז צפֿון־אַפֿריקע און די מיטל־מיזרחדיקע לענדער.

דער חילוק צווישן דעם אַלגעמיינעם קאַסטיליאַנער שפּאַניש און דעם לשון פֿון די שפּאַניש־שטאַמיקע ייִדן, וואָס האָט זיך אַנטוויקלט אין פֿאַרשיידענע ספֿרדישע קהילות אַרום דער וועלט במשך פֿון 500 יאָר, איז נישט אַזוי גרויס. די נישט־ייִדישע שפּאַניש־רעדער אין קאַליפֿאָרניע קאָנען גרינג אָפּשאַצן לידער אויף לאַדינאָ, וואָס האָבן פֿאָרט אַ באַזונדערן ייִדישן טעם.

רונית ווילדמאַן־לוי זינגט אויף לאַדינאָ מיט לוי און דניאל עקיבֿא