בערנאַרד גאָלדשטיין (1889—1959) איז געווען איינער פֿון די וויכטיקסטע פּערזענלעכקייטן אינעם וואַרשעווער בונד צווישן ביידע וועלט־מלחמות, ווי אויך אינעם וואַרשעווער געטאָ, וווּ ער האָט, שוין אין זײַנע 50ער יאָרן, אַקטיוו זיך באַטייליקט אינעם אויפֿשטאַנד. נאָכן אויפֿשטאַנד איז ער געבליבן אין וואַרשע אויף דער אַרישער זײַט, וווּ ער האָט געקעמפֿט צוזאַמען מיט די פּאָליאַקן אינעם וואַרשאַווער אויפֿשטאַנד פֿון 1944.
נאָכן אָנקומען אין אַמעריקע האָט חבֿר גאָלדשטיין, ווי זײַנע בונדישע קאָלעגעס האָבן אים גערופֿן, אָנגעשריבן צוויי ביכער זכרונות. דאָס ערשטע, וואָס איז אַרויס אין 1947 מיטן טיטל „פֿינף יאָר אין וואַרשעווער געטאָ‟ האָט פּרטימדיק באַשריבן זײַנע איבערלעבונגען אין דער געטאָ בכלל און די טעטיקייטן פֿונעם אָרטיקן אונטערדישן „בונד‟ בפֿרט. גאָלדשטיין איז ניט געווען קיין געבילדעטער, נאָר אַ „פֿאָלקס־אַרבעטער‟ ווי דער הקדמה צו זײַן ביכל זכרונות וועגן דער וואַרשעווער געטאָ באַשרײַבט אים. מע האָט, דערפֿאַר, באַשטעלט פּראָפֿעציאָנעלע שרײַבער אים צו העלפֿן צוצוגרייטן זײַנע ביכער צום דרוק.
דאָס ערשטע בוך וועגן זײַנע געטאָ־יאָרן איז לכתּחילה אַרויס אויף ענגליש אין 1950 ווי The Stars Bear Witness (די שטערן זאָגן עדות) און איז אַרויס אין נאָך אויפֿלאַגעס מיטן טיטל Five Years in the Warsaw Ghetto. זײַן צווייטע ביכל־זכרונות, „20 יאָר אין וואַרשעווער בונד‟ איז אַרויס אין 1960, שוין נאָך זײַן טויט. עס באַשרײַבט די בלי־תּקופֿה פֿונעם וואַרשעווער „בונד‟ און ווײַזט אָן „חבֿר גאָלדשטיינס‟ קריטישע ראָלע ווי אַן אָרגאַניזאַטאָר פֿון פֿאַראיינען צווישן די קצבֿים, טרעגער און בעל־עגלות, ווי אויך זײַן ראָלע ווי דער אָנפֿירער פֿונעם ייִדישן זעלבסט־שוץ באַוועגונג. זײַנע באַשרײַבונגען פֿונעם זעלבסט־שוץ נעמען אַרײַן די שיסערײַען צווישן דעם בונדישן זעלבסט־שוץ, די ייִדישע קאָמוניסטן, די אַנטיסעמיטשע כוליגאַנען און אַפֿילו דער פּוילישער פּאָליציי. זײַנע זכרונות גיבן איבער אַן אוניקאַלין בליק אויפֿן אַמאָליקן ייִדישן וואַרשע, פֿון די גאַסן־מיידלעך און ווילדע שענקען ביזן אָרטיקן ייִדישן זשורנאַליזם און בונדישע שולן.
די ענגלישע איבערזעצונג, וואָס וועט אַרויסקומען אין מאַרץ מיטן טיטל Twenty Years with the Jewish Labor Bund: A Memoir of Interwar Poland איז איבערגעזעצט געוואָרן דורך ד״ר מאַרווין צוקערמאַן, וואָס איז אַליין דער זון פֿון וואַרשעווער בונדיסטן. אַ שאָד, נאָר, וואָס דער פֿאַרלאַג בײַם „פּערדו־אוניווערסיטעט‟, וואָס גיט אַרויס דאָס בוך, מאָנט אַ משונה־הויכע סומע פֿאַר אים ווײַל אַזאַ גאָר־פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטע וואָלט געדאַרפֿט זײַן ברייט צוטריטלעך.
די וואָס ווילן ניט וואַרטן אויף דער ענגלישער אויסגאַבע קענען לייענען דאָס בוך אינעם ייִדישן אָריגינאַל דורך דער וועבזײַט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. https://archive.org/details/nybc200579.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.