פֿון ספּעציעלע קוואַלן האָט דער „פֿאָרווערטס‟ זיך דערוווּסט, אַז דער באַרימטער פֿילאָלאָג און פּאָעט פּראָפֿ’ דובֿ־בער קערלער וועט דעם סוף־וואָך זײַן צו גאַסט אין ניו־יאָרק און וועט קומען אויפֿן לייענקרײַז אויף דער „אָפּער־וועסט־סײַד‟. דאָס איז אַ געלעגנהייט צו רעקלאַמירן די פֿאַרשיידענע לייענקרײַזן איבער דער וועלט, וואָס זײַנען געוואָרן אַ וויכטיקע אינסטיטוציע פֿון דער וועלטלעכער ייִדישער קולטור.
קודם־כּל, די פּרטים וועגן דעם קבלת־פּנים לכּבֿוד פּראָפֿ’ קערלער: דער לייענקרײַז וועט פֿאָרקומען אַ פֿערטל נאָך אַכט בײַ די פּראָפֿעסאָרן דוד פֿישמאַן און עליסאַ בן־פּורת אין דער היים: 219 וועסט 106סטע גאַס, דירה 5W. אונדזערע קוואַלן זאָגן, אַז בײַם לייענקרײַז וועט מען מסתּמא מאַכן אַ לחיים און לייענען עטלעכע פּאַראָדיעס, געשריבן פֿונעם באַקאַנטן הומאָריסט — דער טונקעלער.
עטלעכע אַנדערע לייענקרײַזן, וואָס זײַנען אונדז באַקאַנט: די „זויערשטאָף־סבֿיבֿה‟, אַ פֿרויען־לייענקרײַז, וואָס טרעפֿט זיך אויך דאָ אין ניו־יאָרק; אַ לייענקרײַז אין באָסטאָן, וואָס טרעפֿט זיך אינעם דאָרטיקן „ייִדיש־הויז‟; דער ירושלימער לייענקרײַז אָנגעפֿירט פֿון אליעזר ניבאָרסקי און מרים טרין; דער ווילנער לייענקרײַז אָנגעפֿירט פֿון הירשע־דוד כּ”ץ; דער לאָנדאָנער לייענקרײַז אָנגעפֿירט פֿון חײַקע ברוריה וויגאַנד; און זיכער נאָך אַ סך אַנדערע — אין אַלע פֿאַרוואָרפֿענע ווינקעלעך פֿון אונדזער ייִדישן גלות.
דאָס, וואָס דער לייענקרײַז שפּילט אַזאַ גרויסע ראָלע אין דער וועלטלעכער ייִדישער קולטור, האָט צו טאָן סײַ מיט היסטאָרישע, סײַ מיט הײַנטצײַטיקע פֿאַקטאָרן. פּראַקטיש גערעדט, לעבן מיר הײַנט אין אַ צײַט, ווען אַפֿילו אונדזערע גוטע ייִדיש־קענערס קענען זיך אָנשטויסן אויף אַ סך ווערטער אין אַ טעקסט, וואָס זיי פֿאַרשטייען ניט. דאָרט זײַנען דאָ ווערטער פֿון רומעניש און ווײַסרוסיש און איין גאָט ווייסט וואָס פֿאַר אַ שפּראַכן, וואָס ייִדן האָבן אַ מאָל גערעדט (צוזאַמען מיט ייִדיש). אין די אומשטאַנדן איז כּדאַי צו לייענען אין איינעם מיט אַנדערע מענטשן, וואָס ווייסן אפֿשר בעסער — ווײַל יענע ווערטער וועט מען אָפֿט ניט געפֿינען אַפֿילו אין ווערטערבוך.
דעם אָנהייב פֿונעם ייִדישן לייענקרײַז קען מען אפֿשר זוכן אין די אַמאָליקע „קרוזשאָקן‟ פֿון ייִדישע רעוואָלוציאָנערן אין צאַרישן רוסלאַנד, וואָס פֿלעגן זיך צונויפֿקומען, כּדי צו לייענען אַון אַרומצורעדן די ווערק פֿון קאַרל מאַרקס און פֿון אַנדערע סאָציאַליסטישע און אַנאַרכיסטישע שרײַבער. לייענקרײַזן זײַנען אויך געווען אַ וויכטיק מיטל, כּדי צו אַגיטירן די אַרבעטער, וואָס האָבן ניט באַקומען קיין געהעריקע דערציִונג. צו דעם איז נאָך צוגעקומען דער ליטעראַרישער לייענקרײַז, פֿון וואַנען די הײַנטיקע לייענקרײַזן אונדזערע ציִען זייער ייִחוס. צום בעסטן באַקאַנט איז דער קרײַז, וואָס פֿלעגט זיך טרעפֿן בײַ י. ל. פּרץ אין דער היים אין וואַרשע.
מיט יאָרן צוריק איז דאָ אין ניו־יאָרק געווען אַ לייענקרײַז בײַ דער משפּחה ווײַנרײַך, וואָס האָט געהייסן „ליטעראַרישע מיטוואָכן‟ (אָדער „דינסטיקן‟ אָדער „דאָנערשטיקן‟ — געווענדט אינעם טאָג, ווען מע האָט געקענט זיך טרעפֿן). דער עיקר, האָט מען דאָרט געלייענט די מאָדערנע ליטעראַטור, אַ מאָל גלײַך פֿון די נײַע זשורנאַלן (דעמאָלט זײַנען געווען אַ סך אַזוינע!), אָבער אויך פֿרישע אַרטיקלען פֿון דער פּרעסע.
דער לייענקרײַז איז פֿון תּמיד אָן ניט בלויז אַ ליטעראַרישע אונטערנעמונג, נאָר אויך אַ סאָציאַל געשעעניש, אַ געלעגנהייט צו פֿאַרברענגען מיט פֿרײַנד. דעריבער שטייט אָפֿט אויפֿן טיש אַ פֿלעשעלע משקה (אָדער צוויי). ניטאָ קיין ספֿק, אַז בײַם קבלת־פּנים לכּבֿוד פּראָפֿ’ קערלער זונטיק וועט דאָס פֿלעשל אויך ניט פֿעלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.