דעם 27סטן יאַנואַר, האָט דיאַן אָ׳דאָנאָוואַן, די מחברטע פֿון אַ צאָל אינטערעסאַנטע בלאָגן וועגן דעם מיסטעריעזן ווויניטש־מאַנוסקריפּט, פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל וועגן מעגלעכע ייִדישע פֿאַרמיטלער, וועלכע האָבן געקאָנט עס ברענגען פֿון מיטל־מיזרח קיין אייראָפּע.
אין איר אַנאַליז, דערמאָנט די פֿאָרשערין די אילוסטראַציעס אינעם באַרימטן כּתבֿ־יד; די זאָדיאַק־פֿיגורן אין דער מאָזאַיִק פֿון דער אוראַלטער שיל אין בית־שאן, לעבן טבֿריה; מיטל־עלטערלעכע פֿראַנצויזישע און שפּאַנישע ייִדן; די נסיעות פֿונעם באַרימטן ייִדישן וואַנדערער בנימין פֿון טודעלע אינעם 12טן יאָרהונדערט; דעם ייִדישן דיאַלעקט פֿון דער קאַטאַלאַנער שפּראַך; און די אַמאָליקע פּראָוואַנסאַלער ייִדן אין אַוויניאָן און ליאָן.
לויט אָ׳דאָנאָוואַנס השערה, שטאַמט לכל־הפּחות אַ טייל פֿונעם ווויניטש־מאַניסקריפּט פֿונעם מיטל־מיזרח. לויט איר, איז דער מיסטעריעזער מאַטעריאַל אָנגעקומען קיין אייראָפּע מיט דער הילף פֿון ספֿרדישע ייִדן אינעם 12טן אָדער 13טן יאָרהונדערט. די פֿאָרשערין באַטראַכט כּסדר די דאָזיקע טעאָריע אין אירע פֿריִערדיקע אינטערנעץ־אַרטיקלען, באַגלייט מיט שיינע בילדער פֿון מיטל־עלטערלעכע בוך־אילוסטראַציעס און אַנדערע קונסט־ווערק.
אינעם מיטל־עלטער, פֿונעם 6טן ביזן 12טן יאָרהונדערט, האָט געבליט אַ געוויסע גרופּע ייִדישע סוחרים, באַקאַנט ווי ראָדאַניטן און דערמאָנט אין דער ייִדישער ליטעראַרטור ווי „רדהנים‟. זיי האָבן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם האַנדל און קולטורעלן אויסטוישן צווישן אייראָפּע, דעם מוסולמענישן מיזרח, כינע און אינדיע.
וועגן דעם נאָמען פֿון דער דאָזיקער גילדיע זענען פֿאַראַן היפּוכדיקע טעאָריעס. אַ טייל פֿאָרשער פֿאַרבינדן עס מיטן טײַך ראָן אין פֿראַנקרײַך, וואָס אויף לאַטײַניש הייסט „ראָדאַנוס‟; אַ טייל אַנדערע מיינען, אַז עס שטאַמט פֿונעם פּערסישן וואָרט „ראַה־דאַן‟ — „אַ קענער פֿונעם וועג‟.
אַזוי צי אַזוי, בלײַבט קלאָר, אַז די ראַדאַניטן זענען כּסדר געגאַנגען אַהין און צוריק איבער דער וועלט אויפֿן „זײַדענעם וועג‟, און האָבן זיך באַוויזן סײַ אין פֿראַנקרײַך, סײַ פּערסיע און אַ ריי אַנדערע לענדער. מאַקס ווײַנרײַך און אַנדערע באַקאַנטע לינגוויסטן מיינען, אַז די דאָזיקע גרופּע האָט ממשותדיק משפּיע געווען אויף דער פֿריִיִקער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך און אויף דער אַשכּנזישער ייִדישקייט בכלל.
אינעם יאָר 1912 האָט דער פּוילישער ביכער־הענדלער ווילפֿריד ווויניטש געקויפֿט אַ רעטענישפֿולן כּתבֿ־יד, אָנגעשריבן אויף אַן אומבאַקאַנטער שפּראַך מיט אומבאַקאַנטע אותיות, וועלכער געפֿינט זיך איצט אין דער ביבליאָטעק פֿונעם יעיל־אוניווערסיטעט אין ניו־הייווען, אין קאָנעטיקעט. דערווײַל האָט זיך קיינעם נישט אײַנגעגעבן צו אַנטפּלעקן דעם סוד פֿונעם טעקסט, הגם אַ סך פּראָפֿעסיאָנעלע קריפּטאָלאָגן האָבן עס שוין געפּרוּווט עס צו דעשיפֿרירן דורך אַלע מעגלעכע מעטאָדן.
אַ טייל היסטאָריקער מיינען אַפֿילו, אַז דער מאַנוסקריפּט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ רעזולטאַט פֿון אַ מיטל־עלטערלעכן שפּאַס. עס קאָן זײַן, אַז עמעצער האָט אויסגעפֿילט איבער 240 זײַטן מיט אומזיניקע סימבאָלן. דאָס בוך זעט אָבער אויס גאַנץ שיין, באַדײַטפֿול און סיסטעמאַטיש, באַגלייט מיט פּרעכטיקע באָטאַנישע, אַסטראָנאָמישע, מעדיצינישע און אַנדערע אילוסטראַציעס. דער אַנאַליז האָט געוויזן, אַז דער מיסטעריעזער כּתבֿ־יד איז אָנגעשריבן געוואָרן אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 15טן יאָרהונדערט. דאָס בוך פֿיגורירט אין פֿאַרשיידענע דאָקומענטן אָנהייבניק פֿונעם 17טן יאָרהונדערט.
צי אָ׳דאָנאָוואַנס השערות זענען גערעכט, צי נישט, זענען אירע אַרטיקלען, וואָס זי פֿאַרעפֿנטלעכט כּמעט יעדן טאָג, פֿול מיט פּרטימדיקע און באַלערנדיקע ידיעות וועגן דער אוראַלטער און מיטל־עלטערלעכער קונסט, היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען צווישן פֿאַרשיידענע לענדער און פֿעלקער, באַהאַנדלונגען פֿון מיטאָלאָגישע סוזשעטן און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון קונסט־ווערק. זי דערמאָנט כּסדר גאַנץ אינטערעסאַנטע ייִדישע טעמעס.
אַלע אָפּגעהיטע זײַטן פֿונעם ווויניטש־מאַנוסקריפּט זענען צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ. יעדער נײַגעריקער מענטש קאָן זיך פֿאַרמעסטן מיט די געניטע פֿאָרשער און פּרוּוון צו באַשטעטיקן, צי ייִדן האָבן טאַקע געהאַט אַ שײַכות צו דעם דאָזיקען ווערק. ווי געזאָגט, האָט זיך דערווײַל קיינעם נישט אײַנגעגעבן צו דערגרייכן וועלכע־ניט־איז קלאָרע אויספֿירן וועגן דעם הינטערגרונט און אינהאַלט פֿונעם כּתבֿ־יד, וועלכער ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי די גרעסטע ליטעראַרישע רעטעניש אין דער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.