אַ חתונה־בוך פֿון אוישוויץ־קרבנות — אומגעקערט

Wedding Book of Auschwitz Victims Returned to Family

אַ חתונה־בילד פֿון לויִס ברזילאַי און פֿלאָראַ סנאַטאַגער און דער שער־בלאַט פֿון זייער חתונה־בוך
Facebook
אַ חתונה־בילד פֿון לויִס ברזילאַי און פֿלאָראַ סנאַטאַגער און דער שער־בלאַט פֿון זייער חתונה־בוך

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 31, 2016, issue of February 19, 2016.

אַ האָלענדישע אַלטוואַרג־קראָם נישט ווײַט פֿון אַמסטערדאַם האָט זיך באַנוצט מיט די סאָציאַלע נעצן, כּדי אומצוקערן אַ חתונה־ביכל פֿון אַ פּאָרפֿאָלק, וואָס זענען אומגעקומען אין אוישוויץ, צו זייערע יורשים.

מאָנטיק, דעם 25סטן יאַנואַר, האָט די קראָם „קרינגלאָפּער אַלמערע‟ זיך געווענדט צום עולם אויפֿן „פֿייסבוק‟ און געבעטן צו העלפֿן צו געפֿינען די יורשים פֿונעם שׂימחה־ביכל, וואָס שילדערט די חתונה פֿון פֿלאָראַ און לויִס, וועלכע איז פֿאָרגעקומען דעם 31סטן מײַ, 1942. צום ווייניקסטן 10 עדות האָבן זיך אונטערגעשריבן אינעם בוך, באַצירט מיט אַ פּשוטער בלויער צייכענונג פֿון אַ מגן־דוד און דעם יאָר פֿון דער חתונה, לויטן ייִדישן און גריגאָריאַנער לוח: 5702, און 1942.

באָב באַאַרס, איינער פֿון די קראָם־מיטאַרבעטער, האָט איבערגעגעבן דער פּרעסע, אַז די בעלי־בתּים האָבן אַנטדעקט דאָס בוך אין דעצעמבער. ס׳איז געלעגן אין אַ געוויינטלעכן קאַסטן מיט אַלטוואַרג. די קראָם האָט באַשלאָסן, אַז קיין פֿינאַנציעלע ווערט האָט עס נישט, אָבער ס׳קאָן זײַן אַ טײַער געפֿינס פֿאַר די קרובֿים פֿונעם פּאָרפֿאָלק.

לכל־הפּחות 160,000 מענטשן האָבן איבערגעלייענט די מעלדונג אויפֿן „פֿייסבוק‟־זײַטל פֿון דער קראָם, באַגלייט מיט אַ צאָל בילדער, אַרײַנגערעכנט די זײַט, וווּ עס שטייט געשריבן די דאַטע פֿון דער חופּה: דער 15טער סיוון אָדער דער 31סטער מײַ. איבער 3,400 לייענער האָבן פֿאַרשפּרייט די אינפֿאָרמאַציע ווײַטער אויף זייערע זײַטלעך. אינגיכן, האָט די ידיעה דערגרייכט די פּלימעניצע פֿונעם אומגעקומענעם חתן, סטאַנס ברזילאַי, וואָס וווינט אין האָלאַנד, און זי האָט זיך פֿאַרבונדן מיט „קרינגלאָפּער אַלמערע‟. די אַדמיניסטראַציע האָט איר תּיכּף איבערגעגעבן דאָס בוך. אַ צאָל אַנדערע קרובֿים פֿון ביידע צדדים האָבן זיך אויך באַוויזן אויפֿן „פֿייסבוק‟, באַדאַנקט די קראָם־אַדמיניסטראַציע פֿאַרן אומקערן דאָס רירנדיקע געפֿינס און דערציילט מער משפּחה־פּרטים.

די משפּחה האָט איבערגעגעבן, אַז מיט פֿיר חדשים נאָך דער חתונה איז דאָס פּאָרפֿאָלק פֿאַרשיקט געוואָרן אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער וועסטערבאָרג, צום מיזרח פֿון האָלאַנד. אין סעפּטעמבער, ווייניקער ווי אַ האַלב יאָר נאָך דער חתונה, זענען לויִס ברזילאַי און פֿלאָראַ סנאַטאַגער פֿאַרטיליקט געוואָרן אין די גאַז־קאַמערן פֿון אוישוויץ־בירקענאַו.

באַאַרס האָט באַמערקט, אַז אין דער צײַט, ווען דאָס פּאָרפֿאָלק האָט געשטעלט די חופּה, איז דער מצבֿ אין האָלאַנד שוין געווען גאָר אומעטיק. עס קאָן זײַן, אַז דאָס פּאָרל האָט מורא געהאַט, אַז זיי וועלן נישט איבערלעבן די מלחמה, און האָבן דערפֿאַר באַשלאָסן חתונה צו האָבן. „אויב מיר גייען אַוועק — לאָמיר גיין צוזאַמען‟, האָט דער מיטאַרבעטער דערקלערט זייער כּוונה.

די קראָם געפֿינט זיך אין דער שטאָט אַלמערע, צום דרום־מיזרח פֿון אַמסטערדאַם, און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גרויסן סקלאַד, וווּ מע קאָן געפֿינען כּלערליי אַלטוואַרג. אַלמערע איז באַקאַנט ווי די נײַסטע שטאָט אינעם לאַנד, אויסגעבויט אין די 1970ער יאָרן לויט אַ ספּעציעלן פּלאַן פֿון דער האָלענדישער רעגירונג.