לויט אַ באַריכט אויף דער וועבזײַט Jewish Heritage Europe (די ייִדישע קולטור־ירושה אין אייראָפּע) האָט מען לעצטנס צופֿעליק אַנטדעקט אַן אַלטע שיל אינעם קליינעם דאָרף קולאַטאַווע, אין קאָוונער גובערניע. מע האָט געהאַלטן אין אַראָפּרײַסן דעם בנין, וואָס האָט אויסגעזען ווי אַ נאָרמאַלע סאָוועטישע געבײַדע, אָבער ווען מע האָט אָנגעהויבן אַראָפּצונעמען די ציגל האָט מען דערקענט, אַז די דרויסנדיקע טיילן פֿונעם בנין האָט מען געבויט אַרום אַ הילצערנער שיל, וואָס איז געבליבן מער־ווייניקער גאַנץ במשך פֿון לאַנגע יאָרן.
לויט דעם באַריכט האָט מען אַלע יאָר געמיינט, אַז די קאָמוניסטן האָבן פּשוט געהאַט דערשטערט די שיל. ווי עס טרעפֿט זיך, אָבער, איז די „באַהאַלטענע‟ שיל, וואָס מע האָט לכתּחילה געבויט אין 1935, כּמעט אין גאַנצן פּרעזערווירט געוואָרן אונטערן נײַעם פֿאַסאַד פֿונעם בנין. (אַן אַרטיקל אויף אַ וועבזײַט וועגן שילן פֿון 2012 ווײַזט אָבער בולט אָן, אַז געוויסע מענטשן האָבן יאָ געוווּסט, אַז די שיל איז נאָך אַלץ געווען גאַנץ. די בוי־אַרבעטער און די אָרטיקע רעגירונג האָבן דאָס אַ פּנים ניט געוווּסט).
אַ דאַנק דער „אַנטדעקונג‟ און דעם פֿאַקט, וואָס מענטשן אינעם דאָרף האָבן געמאַכט בילדער פֿון דער שיל און זיי געטיילט אויף „פֿייסבוק‟, האָט מען דערווײַל אָפּגעשטעלט דעם בוי־פּראָיעקט. סווײַגעדאָ סטאָשקאַוס, דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿון דער מלוכישער אַגענץ וואָס היט אָפּ די קולטורעלע ירושה פֿון קאָוונער גובערניע האָט אויסגעדריקט זײַן צופֿרידנקייט מיט דער ידיעה. „ס׳איז וווּנדערלעכע נײַעס, וואָס די שיל איז געבליבן גאַנץ‟ האָט ער געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיט אַן אָרטיקער צײַטונג. „מע טאָר ניט דערלאָזן, אַז די שיל זאָל ווידער צעשטערט ווערן‟.
צוליב דער בוי־אַרבעט איז די שיל, צום טייל, צעשטערט געוואָרן, כאָטש מע קען נאָך אַלץ גרינג דערקענען וואָס עס איז געווען. סטאָטשקאַוס פּלאַנירט צו רעדן מיט די פֿאַרוואַלטער פֿונעם דאָרף, כּדי אויסצואַרבעטן אַ פּלאַן ווי אַזוי צו ראַטעווען און אויפֿריכטן דעם בנין. צום גליק, געפֿינען זיך נאָך אַלץ די אָריגינעלע בוי־פּלענער פֿון דער ייִדישער קהילה אין אַ מלוכישן אַרכיוו. אַ דאַנק זיי וואָלט מען געקענט געהעריק אויפֿריכטן די שיל, טאָמער געפֿינט מען די נייטיקע פֿאָנדן.
דאָס דאָרף קולאַטאַווע האָט געהאַט בלויז 400 אײַנוווינער פֿאַר דער צווייטער וועלט מלחמה, צווישן זיי — אַרום 240 ייִדן. עס איז אָבער געווען אַ פּאָפּולערע וואַקאַציע־אָרט און אַ סך ייִדן, אַרײַנגערעכט גרויסע פּערזענלעכקייטן אַזוי ווי זעליג קאַלמאַנאָוויטש, נחום שטיף און דוד בערגעלסאָן פֿלעגן פֿאָרן דאָרטן אויף דאַטשע. די שיל האָט מען געבויט צום טייל צוליב די אַלע דאַטשעניקעס, וואָס פֿלעגן קומען זומערצײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.