דער שרײַבער און פּאָעט פֿעליקס כּ״ץ פֿאַרעפֿנטלעכט כּסדר אויף דער אינטערנעץ ייִדישער שפּריכווערטער, באַגלייט מיט רוסישע איבערזעצונגען, אויף דער באַקאַנטער פּאָעטישער וועבזײַט Stihi.ru.
דעם 28סטן יאַנואַר, למשל, האָט ער באַקענט די לייענער מיט אַזעלכע חכמות, ווי „סאָלדאַטן שטאַרבן, און העלדן ווערן קיניגן‟ און „דער גרעסטער מהלך — דער מהלך ביז דעם טײַסטער‟.
זינט דעם 26סטן מאַרץ 2014, ווען דער שרײַבער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער דערמאָנטער וועבזײַט דאָס ערשטע שפּריכוואָרט, „אַ באַרג מיט אַ באַרג קומען זיך ניט צונויף, אַ מענטש מיט אַ מענטש — יע‟, האָט ער שוין פּובליקירט איבער 10,300 אַזעלכע קורצע חכמהלעך. ווי מע זעט פֿונעם ערשטן מוסטער, רעדט דער מחבר, אַ געבוירענער אין באָברויסק, ווײַסרוסלאַנד, אויפֿן צפֿונדיקן דיאַלעקט פֿון ייִדיש, וווּ דאָס וואָרט „יאָ‟ ווערט אַרויסגערעדט ווי „יע‟.
דעם ייִדישן טעקסט פֿאַרשרײַבט כּ״ץ מיט רוסישע אותיות. צוליב טעכנישע סיבות, דערמעגלעכט נישט די וועבזײַט סײַ־ווי־סײַ צו באַנוצן זיך מיטן ייִדישן אַלף־בית. אַ טייל שפּריכווערטער זענען באַקאַנט אָדער באַגרינדעט אויף באַקאַנטע חסידישע מעשׂיות אָדער ליטעראַרישע קוואַלן. עס זעט אָבער אויס, אַז ס׳רובֿ פֿון זיי זענען אייגענע שאַפֿונגען פֿונעם מחבר, וועלכער באַטראַכט זיי ווי קורצע פּאָעטישע ווערק.
כּ״ץ האָט אָנגעהויבן פּובליקירן זײַנע שאַפֿונגען אויף דער דערמאָנטער וועבזײַט אינעם יאָר 2010. לכתּחילה האָט ער געשריבן אייגענע לידער אויף רוסיש, און פֿון צײַט צו צײַט — אויף ייִדיש. איידער ער איז אַריבער צו דעם הײַנטיקן פּראָיעקט פֿון אומצאָליקע שפּריכווערטער, האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט איבער 10,000 לידער. מע מוז זאָגן, אַז הגם דער מחבר איז אַ מיטגליד פֿונעם רוסלענדישן שרײַבער־פֿאַראיין, שרײַבט לידער זינט 1955 און אַרויסגעגעבן צוויי פּאָעטישע זאַמלונגען, איז ער אַ בפֿירושער גראַפֿאָמאַן. אין פֿאַרגלײַך מיט די קלאַסישע פּאַפּירענע דרוקערײַען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ די רעדאַקציע וואָלט אַרויסגעוואָרפֿן ס׳רובֿ זײַנע שרײַבעכצער, קאָן דאָך די אינטערנעץ אַלץ פֿאַרטראָגן.
כּ״צס ייִדישע טעקסטן זענען אָבער אַ גאַנצער אוצר פֿאַר די, וואָס לערנען זיך ייִדיש, ווײַל דער מחבר טראַנסקריבירט מיט רוסישע אותיות זײַן גערעדטע שפּראַך. ווען אַ קענער פֿון דער ליטעראַרישער ייִדישער כּלל־שפּראַך לייענט משה קולבאַקס אָדער אַבֿרהם סוצקעווערס פּאָעזיע, פֿאַרטראַכט ער זיך נישט, אַז דער מחבר האָט אין זײַן זין געמיינט, אַז „ברויט‟ קלינגט ווי „ברייט‟ און „רויט‟ ווי „רייט‟. נאָר ווען די שורות גראַמען זיך נישט, באַמערקט מען, אַז במחשבֿה האָבן די פּאָעטן געשאַפֿן אויף זייער היימישן דיאַלעקט, אָבער פֿאַרשריבן אַלע ווערטער לויטן ליטעראַרישן סטאַנדאַרט.
דווקא צוליב דעם, וואָס כּ״ץ באַנוצט זיך נישט מיטן דריטן גראַמאַטישן מין און אַנדערע עלעמענטן פֿון כּלל־ייִדיש, וואָס אינעם נאַטירלעכן מאַמע־לשון פֿון ליטווישע און רײַסישע ייִדן זענען נישט בנימצא, קאָן דער הײַנטיקער לייענער זיך באַקענען מיטן לעבעדיקן צפֿונדיקן דיאַלעקט. די הײַנטיקע ייִדישיסטן פֿאָלגן שטרענג די ליטעראַרישע נאָרמעס; להיפּוך, שרײַבן די חסידים אויף זייער אַמעריקאַניזירטער שפּראַך, וואָס איז באַגרינדעט אויפֿן אונגערישן און גאַליציאַנער ייִדיש. דער לעבעדיקער רײַסישער ייִדיש איז, צום באַדויערן, געוואָרן הײַנט אַ יקר־המציאה.
פֿון צײַט צו צײַט שרײַבט כּ״ץ גראַמען אויף ייִדיש. „בײַ מיר איז שבֿועות אַלע נעכט — מיר דוכט זיך, אַז איך בין גערעכט‟. אוריאל ווײַנרײַך באַמערקט אין זײַן ווערטערבוך, אַז אַנשטאָט „דוכטן‟ דאַרף מען זאָגן „דאַכטן‟, כּדי נישט צו קלינגען צופֿיל ווי אַ ליטוואַק. פֿאַר אַ ייִדיש־סטודענט, וואָס קען נאָר דעם קינסטלעך באַגרענעצטער ליטעראַרישער כּלל־שפּראַך, איז כּדאַי צו וויסן, אַז ווײַט נישט אַלץ אין די לעבעדיקע ייִדישע דיאַלעקטן שטימט מיטן דאָזיקן סטאַנדאַרט. גראַפֿאָמאַניש צי נישט, איז גוט צו וויסן, אַז דער גערעדטער רײַסישער ייִדיש לעבט ווײַטער אויף דער אינטערנעץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.