נישט לאַנג צוריק אין איז קיִעוו פֿאָרגעקומען אַ פּרעזענטאַציע פֿון ד״ר דוד פֿישמאַנס באַקאַנטער מאָנאָגראַפֿיע וועגן ייִדיש אויף רוסיש, צוגעגרייט פֿון דעם קיִעווער פֿאַרלאַג „דוך אי ליטעראַ‟ („דער גײַסט און דער אות‟), אַ דאַנק דער מיטאַרבעט פֿונעם שטודיע־צענטער פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע און קולטור בײַ דער „קיִעווער־מאָלעווער אַקאַדעמיע‟ און דעם „סאַנקט־פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער”.
אַלכּסנדר פֿרענקעל, דער באַקאַנטער פּעטערבורגער ייִדיש־טוער, האָט איבערגעזעצט און רעדאַגירט פֿישמאַנס בוך אויף רוסיש בשותּפֿות מיט זײַן קאָלעגע אַלעקסאַנדראַ גלעבאָווסקאַיאַ, וועלכע האָט איבערגעזעצט צענדליקער ביכער פֿון ענגליש, אַרײַנגערעכנט נײַע וואַריאַנטן פֿון אַרטור קאָנאַן־דוילס קלאַסישע דעטעקטיווע מעשׂיות וועגן שערלאָק האָלמס.
דעם ענגלישן אָריגינאַל האָט דער פֿאַרלאַג פֿונען פּיצבורגער אוניווערסיטעט אַרויסגעגעבן נאָך מיט 10 יאָר צוריק, מיטן נאָמען „דער אויפֿקום פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור‟. אויף רוסיש הייסט דאָס בוך פּשוט „אַרום ייִדיש‟. אין פֿישמאַנס מאָנאָגראַפֿיע גייט אַ רייד וועגן דעם, ווי אַזוי די וועלטלעכע קולטור און ליטעראַרטור אויף אונדזער שפּראַך האָט זיך געשאַפֿן אינעם קאָמפּליצירטן געזעלשאַפֿטלעכן און פּאָליטישן געווירבל פֿונעם סוף 19טן יאָרהונדערט, און זיך ווײַטער אַנטוויקלט אינעם צאַרישן רוסלאַנד, און אין פּוילן צווישן דער ערשטער און צווייטער וועלט־מלחמות.
דער מחבר אַנאַליזירט גאַנץ פּרטימדיק די אינפֿראַסטרוקטור פֿון פֿאַרשיידענע אינסטיטוציעס, וועלכע האָבן געשפּילט זייער ראָלע אין דער אַנטוויקלונגען פֿון דער ייִדישער שפּראַך־קולטור במשך פֿון בערך 100 יאָר פֿאַרן חורבן: די פּעריאָדישע אויסגאַבעס, פֿאַרלאַגן, ביבליאָטעקן, שולן, טעאַטערס, פֿאָרש־צענטערס, ליטעראַרישע קרײַזן און משׂכּילישע בילדונג־חבֿרות. אַ גרויסע ראָלע אינעם דאָזיקן פּראָצעס האָט געשפּילט דער קולטור־קאַמף צווישן די בונדיסטן און אַנדערע באַוועגונגען, וואָס האָבן געשטיצט ייִדיש ווי די נאַציאָנאַלע ייִדישע שפּראַך, און די ציוניסטישע קעגנער, וועלכע האָבן באַטראַכט ייִדיש ווי אַ „גלות־זשאַרגאָן‟.
בעת דער פּרעזענטאַציע, האָט דער מחבר באַמערקט, אַז אויף רוסיש קאָן זײַן בוך זיך לייענען אַפֿילו בעסער, ווי אינעם ענגלישן אָריגינאַל. דער סיפּור־המעשׂה פֿונעם גאַנצן ערשטן טייל קומט פֿאָר אינעם צאַרישן רוסלאַנד. הגם פֿישמאַן פֿירט זײַנע לייענער אַריבער קיין פּוילן, גייט אין דער מאָנאָגראַפֿיע ווײַטער די רייד וועגן מיזרח־אייראָפּע. די געשעענישן פֿון די רעוואָלוציע־יאָרן אין רוסלאַנד, ביידע וועלט־מלחמות, די אַלגעמיינע היסטאָרישע און קולטורעלע סבֿיבֿה, אין וועלכער עס האָבן זיך געשאַפֿן די ערשטע צענטערס פֿון דער וועלטלעכער קולטור אויף ייִדיש, זענען נעענטער און באַקאַנטער דעם רוסישן לייענער, אין פֿאַרגלײַך מיט אַ דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער.
פֿרענקעל האָט אויף דער פּרעזענטאַציע ספּעציעל באַטאָנט, אַז אין זײַן איבערזעצונג האָט ער סיסטעמאַטיש אויסגעמיטן אומנאַטירלעכע רוסישע דעריוואַטיוון פֿונעם וואָרט „ייִדיש‟. אינעם רוסישן וואָרט־באַנוץ, ווערט אונדזער לשון, געוויינטלעך, פּשוט באַצייכנט ווי „די ייִדישע שפּראַך‟ (еврейский язык). סײַדן מע רעדט וועגן לשון־קודש אין דער תּנ״כישער תּקופֿה צי אַן אומגאַנג־שפּראַך פֿון אַן אַנדער ייִדישער עדה, איז אינעם מיזרח־אייראָפּעיִשן קאָנטעקסט קלאָר פֿאַרשטענדלעך, אַז די נאַטירלעכע שפּראַך פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע אַשכּנזישע ייִדן איז ייִדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.