דער באַקאַנטער אַנטי־חרדישער בלאָגער שמריה ראָזענבערג האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז ער וועט מער ניט שרײַבן פֿאַר זײַן באַקאַנטן בלאָג Failed Messiah (דער ניט־געלונגענער משיח).
ראָזענבערג, וואָס האָט פֿאַרלאָזט די חב׳׳ד־באַוועגונג מיט 20 יאָר צוריק, האָט במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 12 יאָר אָנגעפֿירט מיטן בלאָג, דורך וועלכע ער האָט געשריבן וועגן פֿאַרשידענע סקאַנדאַלן אויף דער חרדישער גאַס. בײַם אָנהייב האָט ער זיך פֿאָקוסירט כּמעט אויסשליסלעך אויף די רכילות בײַ די חבדניקעס; שפּעטער האָט ער געדעקט די סקאַנדאַלן אין כּמעט אַלע פֿרומע קרײַזן.
שמירהס סטיל פֿון שרײַבן איז זייער אַ בייזער און זײַנע טענות צו די מענטשן, וועלכע ער באַשרײַבט זענען אָפֿט גאַנץ איבערגעטריבן. ער האָט זיך ניט בלויז באַצויגן מיט ביטול צו דער פֿרומער וועלט, נאָר אויך צו דער ייִדישער מעדיאַ בכלל, אַרײַנגערעכנט דעם ענגלישן „פֿאָרוואַרד‟, וועמען ער האָט גאַנץ אָפֿט פֿאַרדאַמט צוליב פֿאַרשידענע צווייפֿלהאַפֿטיקע טענות.
פֿון דער אַנדערער זײַט, אָבער, האָט שמריה שטענדיק געהאַט אַ גוטן חוש פֿאַר וויכטיקע געשעענישן און האָט באַקומען זייער אַ סך „סקופּן‟ במשך פֿון די לעצטע 12 יאָר. אַ סך פֿרומע ייִדן האָבן אים געלאָזט וויסן וועגן פֿאַרשידענע פּראָבלעמען, וואָס קומען פֿאָר אין דער חרדישער וועלט, וועגן וועלכע זיי האָבן אַליין ניט געקענט עפֿנטלעך אַרומרעדן. דערפֿאַר האָבן אַ סך ייִדישע זשורנאַליסטן, אַרײַנגערעכנט די, וועלכע האָבן אים ניט געקענט אויסהאַלטן, טאָג־טעגלעך געלייענט זײַן בלאָג, ווײַל גאַנץ אָפֿט האָט ער פּרטמדיק באַשריבן אַ נײַעם סקאַנדאַל, נאָך פֿאַר דעם, וואָס די פּראָפֿעסיאָנעלע רעפּאָרטער האָבן זיך אַפֿילו דערוווּסט וועגן אים.
שמירה האָט דערקלערט אויף זײַן בלאָג, אַז ער וועט איצט אַרבעטן פֿולצײַטיק לטובֿת די אינטערעסן פֿון אָרעמע לײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.