לאַוראַ אַלאָנסאָ, די נאָר װאָס באַשטימטע סעקרעטאַרין פֿון דעם ביוראָ פֿאַרן קאַמף קעגן קאָרופּציע האָט דערקלערט, אַז לויט דעם װאָס עס באַקומט זיך פֿון די פֿאָרשונגען, װאָס געפֿינען זיך אינעם געריכט, איז דער פּראָקוראָר ניסמאַן דערמאָרדעט געװאָרן. זי האַלט, אַז נאָכן אָפּװאַרפֿן דעם אָפּמאַך מיט איראַן און די שריט װאָס די רעגירונג האָט אָנגענומען, װעט מען קענען אַװאַנסירן וועגן דער אויספֿאָרשונג פֿונעם אַטענטאַט, װאָס באַאומרויִקט די גאַנצע אַרגענטינער געזעלשאַפֿט שוין 22 יאָר.
דאָס בוך „דער לעצטער טאָג פֿון אַדאָלף היטלער‟ פֿון דוד סאָלאַר איז פּרעזענטירט געװאָרן אינעם פֿאַרלאַג „על אַטענעאָ‟. סאָלאַר איז אַ באַקאַנטער זשורנאַליסט אין אַרגענטינע, װאָס האָט אויך מיטגעאַרבעט מיר דער „בי־בי־סי‟ אין לאָנדאָן; אַ היסטאָריקער, װאָס האָט אין זײַן בוך אַנאַליזירט די לעצטע 36 שעה אינעם לעבן פֿון אַ מענטשן װאָס האָט, אָן קיין שום בילדונג און אָן פֿאַרמעגן, באַװיזן צו פֿאַרכאַפּן די מאַכט און טעראָריזירן די װעלט, און זי ברענגען צו אַ שוידערלעכן מצבֿ.
אַלבערטאָ מאַנגעל איז באַשטימט געװאָרן װי דער נײַער דירעקטאָר פֿון דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק. ער איז דער זון פֿון ערשטן אַרגענטינער אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל. אַ געבוירענער אין בוענאָס־אײַרעס אין 1948, איז די משפּחה באַלד אָפּגעפֿאָרן קיין ישׂראל, וווּ ער האָט דאָרט געלעבט ביז 1955. װען ער האָט זיך אומגעקערט אין לאַנד, האָט ער ערשט אָנגעהויבן צו רעדן שפּאַניש; װען ער איז אַלט געװען 16 יאָר, האָט ער זיך באַקענט מיט כאָרכע לויִס באָרכעס אין דער בוכהאַנדלונג, וווּ ער האָט געאַרבעט, און פֿון דעמאָלט אָן איז ער געװאָרן אַן אָפֿטער באַזוכער אין זײַן היים, און פֿאַר אים געלייענט און געלערנט מיטן בלינדן שרײַבער. ער האָט יאָרן לאַנג געװוינט אין אויסלאַנד, וווּ ער האָט מיטגעאַרבעט מיט באַרימטע פֿאַרלאַגן. ער האָט לעצטנס געװוינט אין ניו־יאָרק. מאַנגעל װערט פֿאַררעכנט װי איינער פֿון די װיכטיקסטע אַרגענטינער אינטעלעקטואַלן.
די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדאָרין דורית שבֿיט האָט דערקלערט, אַז ישׂראל װעט זיך װענדן צו דער אַרגענטינער רעגירונג מיט דער בקשה זי זאָל אויפֿהערן צו אָנערקענען פּאַלעסטינע װי אַן אומאָפּהענגיקע מדינה. אירע װערטער האָבן אַרויסגערופֿן רעאַקציעס בײַ אַ טייל פֿון דער פּרעסע. די רעגירונג האָט זיך דערװײַל נישט אַרויסגעזאָגט װעגן דעם.
פֿרײַטיק, דעם 29סטן יאַנואַר איז די „דאַיאַ‟ אויפֿגענומען געװאָרן אין פּרעזידענטן־הויז פֿון מאַרקאָס פּעניאַ, קאַבינעט־שעף, װאָס איז אַ מין פּרעמיער־מיניסטער אין דער רעגירונג. די טעמעס, װאָס זײַנען באַהאַנדלט געװאָרן אויף דער טרעפֿונג, האָבן געהאַט צו טאָן מיט ניסמאַנס טויט, זיכערקייט, אַנטיסעמיטיזם און פּראָיעקטן צו לערנען װעגן חורבן אין די אַרגענטינער שולן. אַריאל כּהן־סבן, פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, האָט אויסגעדריקט זײַן צופֿרידנקייט בײַם אַרויסגיין פֿון דער טרעפֿונג.
הוגאָ מאָזשאַנאָ, גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער אַרגענטינער סינדיקאַלער צענטראַלע האָט באַזוכט מאָנטיק, דעם 1טן פֿעברואַר, די „דאַיאַ‟. בײַם אַרײַנגאַנג צום בנין פֿון דער קהילה האָט ער באַערט די אומגעקומענע 85 קרבנות אינעם אַטענטאַט; אויף דער טרעפֿונג האָט מען אָנגעהויבן אויסצואַרבעטן פּלענער צו קעמפֿן קעגן דיסקרימינאַציע און אַנטיסעמיטיזם. „איך האָב גאָר נישט געװוּסט װעגן די טעטיקייטן פֿון דער „דאַיאַ‟, און איך בין זיכער, אַז די אַרבעט װאָס מיר הייבן הײַנט אָן, איז ביז גאָר װיכטיק פֿאַר אַלעמען‟, האָט ער דערקלערט. ער האָט אויך אויסגעדריקט זײַן קאָמפּראָמיס מיטצוהעלפֿן אינעם פֿאָדערן דעם אמת אין שײַכות מיט אַלע טעמעס, װאָס מען האָט נישט דערליידיקט אין די לעצטע 25 יאָר.
שלמה, אַ 19־יעריקער רעליגיעזער בחור, איז פֿרײַטיק, דעם 29סטן יאַנואַר באַפֿרײַט געװאָרן אין מעקסיקע, װוּ ער איז פֿאַרכאַפּט געװאָרן דעם 12טן נאָװעמבער. די משפּחח האָט באַצאָלט אַ העכערע סומע געלט די פֿאַרכאַפּערס, װאָס האָבן אים בדרך־כּלל גוט באַהאַנדלט, לויט די דערקלערונגען פֿונעם באַפֿרײַטן.
די בוענאָס־אײַרעסער קהילה זעצט פֿאָר מיט די טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען פֿאַר קליינװאַרג בעת די זומער־חדשים. מיטװאָך דעם 3טן פֿעברואַר איז אין טעאַטער־זאַל פֿאָרגעקומען אַ צירק־ספּעקטאַקל מיט לידער, טענץ, און קונצן־מאַכערס. דער אַרײַנטריט איז געװען אַן אומזיסטער, און דער זאַל איז געװען איבערגעפּאַקט.
פֿרײַטיק. דעם 29סטן יאַנואַר, האָט אַ דעלעגאַציע פֿון דער „דאַיאַ‟ באַזוכט דעם באַרימטן אָפּעראַ־טעאַטער „קאָלאָן‟ און זיך געטראָפֿן מיט דער גענעראַל־דירעקטאָרין מאַריאַ װיקטאָריאַ אַלקאַראַז. זיי האָבן אָנגעהויבן פּלאַנירן אַ ריי ספּעקטאַקלען, װאָס דער ייִשובֿ און דער טעאַטער „קאָלאָן‟ װעלן בשותּפֿות דורכפֿירן במשך דעם סעזאָן 2016.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.